ס’טוט זיך און ס’הייבט זיך אין „סוירקל לאַדזש‟, און ווער איז פֿאַראַנטפֿאָרטלעך פֿאַר דער גאַנצער פּראָגראַם? דער ספּריטנער, זשוואַווער, פֿאַרסאַפּעטער און פֿאַרשוויצטער חבֿרה־מאַן, וואָס הייסט, קאָליאַ באַראַדולין. ער איז מיט אַ פּאָר צענדליק יאָר צוריק געקומען קיין אַמעריקע פֿון ביראָבידזשאַן און זיך אויסגעלערנט אַ גוטן ייִדיש. דער עיקר, איז ער סײַ אַ מײַסטער־ייִדיש־לערער בײַם „אַרבעטער־רינג‟ אין דער שטאָט ניו־יאָרק, סײַ אַ ספּעץ אינעם אָרגאַניזירן די גאַנצע קולטור־אַרבעט אין דער צען־טאָגיקער עקסקורסיע אין דער שיינער לאַנדשאַפֿט מיטן לאַגאָדנעם טײַך, וואָס געהערט צום „אַרבעטער־רינג.‟
די ייִדישע פּראָגראַם, וואָס קאָליאַ רופֿט „ייִדישלאַנד‟, איז אַזוי פּאָפּולער געוואָרן, אַז מענטשן מאַכן רעזערוואַציעס אין מיטן ווינטער. און ס׳איז שטענדיק אויספֿאַרקויפֿט. עס קומען אַהין מענטשן אין פֿאַרשיידענע עלטערס. דאָס יאָר איז עס געווען שטאַרק געלונגען, אַדאַנק די סובסידיעס פֿון וועלכע אַ גאַנצע חבֿרה יונגע מענטשן האָבן גענאָסן: אַ בחור פֿון שוועדן וואָס האָט גערעדט אַ גאַנץ נישקשהדיקן ייִדיש; אַ בחורטע פֿון פּאַריז, וועלכע האָט פֿאַרמאָגט אַ שיין שטימעלע צום זינגען ייִדישע לידער; אַ פֿידל־שפּילער און אַ יונגאַטש וואָס האָט געקענט אַ קנאַפּן ייִדיש — דערפֿאַר אָבער האָט ער פֿאַרמאָגט אַ זעלטענע שטימע צום זינגען.
אַליין איז ער געקומען אַהער פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, זיך מגייר געווען און דערציילט די וווּנדער, אַז ווען ער איז געשטאַנען פֿאַרן ראַבינאַט, און זיי האָבן אים געפֿרעגט פֿאַר וואָס ער וויל ווערן אַ ייִד, האָט ער געענטפֿערט, אַז קודם איז ער שוואַרץ, צווייטנס, אַ האָמאָסעקסואַל און צום סוף, וויל ער אויך זײַן אַ ייִד — וואָס נאָך פֿעלט אים? ער זינגט סידאָר בעלאַרסקיס לידער, און זיסל סלעפּאָוויטש אַקאָמפּאַנירט אים אויף דער פּיאַנע. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ער טויג זיך שטאַרק אויס.
די יונגע חבֿרה האָט אַוועקגעלייגט אַ קאַבאַרעט־קאָנצערט, אַז ס’איז געווען די פֿינגער צו לעקן. איין אָוונט האָט מען געווידמעט דער פּרעכטיקער מאָלערין און פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. געזונגען אירע לידער, רעציטירט איר פּאָעזיע און אָפּגעגעבן איר גרויס כּבוד.
מענטשן זײַנען געקומען אַהער לערנען זיך ייִדיש. זיסל סלעפּאָוויטש האָט געלערנט די אָנהייבער, איך די מיטעלע און חוה לאַפּין די אַוואַנסירטע ייִדיש־קלאַסן.
דער עולם איז געווען אַ געמישטער אין עלטער. איך האָב באַמערקט צווישן די געסט אַ פֿרומע פֿרוי מיט איר דערוואַקסענעם זון, וועלכער האָט געטראָגן אַ באָרד מיט ציצית. איך האָב אויך באַמערקט, אַז דער זון לײַדט פֿון עפּעס, ווײַל ער האַלט זיך אָן אין דער מאַמען און איז באַשרענקט אין לשון. האָב איך זיך פֿאַרטראַכט, וואָס טוט אַ פֿרומע ייִדענע מיט אַ טורבאַן וואָס פֿאַרשטעלט אירע האָר, דאָ אין „אַרבעטער־רינג‟־קעמפּ?
האָב איך געעפֿנט מיט איר אַ שמועס, געוואָלט וויסן ווער זי איז און ווי אַזוי איז זי אַרײַנגעפֿאַלן אַהער. און אָט וואָס זי האָט מיר דערציילט. אירע זיידע־באָבע זײַנען טאַקע געווען זייער פֿרומע ייִדן. אָבער אירע עלטערן זײַנען שוין אַראָפּ פֿון די רעלסן און געוואָרן אַפּיקורסים. מען האָט זי געשיקט לערנען סטאַלינס תּורה אין אַן „אָרדן־שול.‟ איר לערער איז געווען איטשע גאָלדבערג, איז איר זייער געפֿעלן געוואָרן די לינקע סבֿיבֿה. האָבן זיידע־באָבע געליאַרעמט, ס’טײַטש, אום שבת גייען דען ייִדישע קינדער אין שול אַרײַן?! האָט זי זיי צוגעזאָגט, אַז זי וועט בלויז גיין אין די זונטיקן.
מיט דער צײַט האָט זי חתונה געהאַט מיט אַ פֿרומען יונגן־מאַן און געהאַט פֿיר קינדער. די טאָכטער איז יונג געשטאָרבן, זײַנען געבליבן צוויי געזונטע זין און דער ייִנגסטער דאָ בײַם טיש איז נישט מיט אַלעמען. און כאָטש מ’סערווירט דאָ כּשר עסן, האָט מען פֿאַר זיי באַשטעלט גלאַט־כּשר, וואָס קומט שוין אײַנגעפּאַקט אין סעלאָפֿאַן און איז כּשר למהדרין. זי רעדט אַ פֿליסיקן ייִדיש און בענקט נאָכן ייִדיש, וואָס זי האָט געלערנט אין די „אָרדן שולן‟.
אין מיצקע דרינען האָט זיך באַוויזן אַ הויכער ייִד אין די טיפֿע זעכציקער, מיט אַ קאַפּעלע און ציצית. און וווּ זעצט ער זיך צו? בײַ אונדזער טיש אין עס־צימער. אונדזער טיש איז געווען דאָס לעבעדיקסטע, לאַכעדיקסטע, פֿריילעכסטע אָרט פֿון אַלע טישן. ער זאָגט, אַז ער איז געקומען פֿון דער שווײץ. לעבן מיר זיצט אַ דאָקטאָרשע, וועלכע קען גוט דײַטש און פֿראַנצייזיש, כאַפּט זי מיט אים אַ שמועס און זאָגט מיר, אַז זײַן דײַטש איז געמישט מיט ייִדיש און קיין פֿראַנצייזיש קען ער בכלל נישט. ער רעדט צו מיר אויף ייִדיש און מישט דײַטש. זאָג איך אים:
„ר’ ייִד, איר קענט דאָך נישט קיין ייִדיש, וואָס פֿאַר אַ שפּראַך רעדט איר בכלל?‟ — זאָגט ער:
„איך קען דעם נאָמינאַטיוו, דעם אַקוזאַטיוו און דעם דאָטיוו.‟
„מזל־טובֿ!‟ — מאַך איך, — „און ווער זײַנען זיי?‟
„די ייִדישע גראַמאַטיק. מען ניצט עס מיטן באַשטימטן אַרטיקל.‟
„איר דרייט אַ ספּאָדיק, ר’ ייִד, מען ניצט עס מיטן פּערזענלעכן פּראָנאָם.‟
ער קוקט אַרײַן אין אַ סידור, שאָקלט זיך, ווי איינער זאָגט: איז לא פֿידאַלטי, האָב איך נישט געפֿידלט. חוה לאַפּין גיט מיר אָנצוהערן, אַז ער קען נישט קיין ייִדיש און פֿאַרדרייט איר דעם קאָפּ אין מיטן קלאַס, מיט קלאָץ־קשיות, וואָס איז דער אונטערשייד פֿון טאָן און מאַכן? לערנען זיך און לערנען? און אַזוי כּסדר.
דער ייִד ווענדט זיך מיט זײַן צעטראַסקעטן ייִדיש צו מיר:
„זײַט אַזוי גוט און בלײַבט דאָ, איך וויל מיט אײַך רעדן נאָך דעם ווי אַלע פֿאַרלאָזן.‟
איך בלײַב. הייבט ער אָן: „איר זײַט פֿרום?‟ — זאָג איך אים — „ניין‟. „אײַערע עלטערן זײַנען געווען פֿרום?‟ — זאָג איך אים — „ניין‟. „אײַער זיידע־באָבע זײַנען געווען פֿרום?‟ — זאָג איך אים — „ניין‟. „איר האָט קינדער?‟ — „צוויי זין‟. „איר האָט געמאַכט אויף זיי אַ ברית־מילה?‟ זאָג איך: „יאָ!‟ — „זײַט איר דאָך פֿרום!‟ — שרײַט ער אויס. „און אַ בר־מיצווה האָט איר געפּראַוועט?‟ — זאָג איך — „יאָ!‟ ווערט ער גאָר אויפֿגעלעבט? „זײַט איר דאָך פֿרום.‟
איך זע, אַז דער ייִד זוכט אַ שידוך, האָט ער פּונקט אָנגעטראָפֿן אויף מיר. ווער איך שוין אין כּעס און הייב אָן אויף אַ קול: „ר’ ייִד, וואָס פֿאַר אַ ייִד זײַט איר?‟ ער ענטפֿער, אַז ער דאַרף איצט אָפּזינגען די מלווה־מלכּה. צום סוף, וויל ער וויסן, צי ער קען מיטפֿאָרן מיט מיר ביז דער שטאָט. זאָג איך אים: „ר’ ייִד, איר טאָרט דאָך נישט זיצן מיט אַן אישה אַליין אין אויטאָ‟ — זאָגט ער: „וואָס איז אַן אישה?‟ בלײַב איך שוין שטיין און הייב אָן צו שרײַען: „וואָס פֿאַר אַ פֿרומער ייִד זײַט איר? איר קענט דאָך ניט קיין סימן פֿון הלכה! און וואָס מיר מיט דער מלווה־מלכּה, אַז איר הייבט נישט אָן צו וויסן קיין סימן פֿונעם שולחן־ערוך.‟ ענטפֿערט ער: „איז לערנט מיך ייִדיש!‟
ווען בליקן קענען פֿאַרצוקן, האָב איך אים דערלאַנגט דעם יום־טובֿדיקן בליק וואָס האָט געקענט אַ שלאַנג פֿאַרצוקן און געענטפֿערט?
„ר’ ייִד! איר קענט שוין אויסשטײַגן, מיר זײַנען אָנגעקומען צו דער גרענעץ פֿון ישיבֿת עם־הארצות, וווּ עס לערנען זיך דער חכם־בלילה, שוטה בן־פּיקהאָלץ, ויזתא און דעם כעלעמער חזנס אינדיק.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.