ס׳איז אַ גוט יאָר פֿאַר סאָול לײַטנער. לעצטנס איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן זײַן לעבן און ווערק; ס׳קומט פֿאָר אַן אויסשטעלונג פֿון זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס און מאָלערײַען אין לאָנדאָן, און אָנהייב־יאָר האָט ער באַקומען אַ לעבנווערק־אויסצייכענונג בײַם „אַרט־האַמפּטאָנס אינטערנאַציאָנאַלן יריד פֿון פֿײַנער קונסט‟.
במשך פֿון טאָמאַס ליטשס דאָקומענטאַר־פֿילם, In No Great Hurry: 13 Lessons in Life with Saul Leiter, דערציילט דער קינסטלער וועגן געוויסע מאָמענטן פֿון זײַן לעבן און ווערק, אַרויסווײַזנדיק אַ סובטילן חוש פֿאַר הומאָר, בעת ער זיצט אין זײַן גרויסער, פֿאַרלאָזטער דירה אינעם „לאָוער איסט סײַד‟ פֿון מאַנהעטן, וווּ ער וווינט און אַרבעט שוין מער ווי 50 יאָר לאַנג.
ווי דער זון פֿון אַן אָנגעזעענעם רבֿ און תּלמיד־חכם, האָט לײַטער געזאָלט נאָכגיין זײַן טאַטנס דרכים. ער האָט זיך אָבער אַנטקעגנגעשטעלט, און באַשלאָסן זיך איבערצוגעבן דער קונסט און קולטור. „׳איך וויל נישט זײַן קיין פּראָפֿעסיאָנעלער ייִד מײַן גאַנץ לעבן‟, האָט ער געזאָגט דעם טאַטן, וועלכער האָט זיך צעוויינט פֿאַר בושה, ווען ער האָט דערהערט וועגן זײַן זונס ערשטער אויסשטעלונג.
אין די 1950ער יאָרן האָבן לײַטערס פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿיגורירט אויף אַן אויסשטעלונג בײַם „מוזיי פֿון מאָדערנער קונסט‟ אין ניו־יאָרק, צוזאַמען מיט די ווערק פֿון ווילעם דע קונינג. אין די 1950ער און 1960ער איז ער באַקאַנט געוואָרן ווי אַ מאָדע־פֿאָטאָגראַף.
ווי איינער פֿון די ערשטע פֿאָטאָגראַפֿן צו עקספּערימענטירן מיט פֿאַרבן אין די 1940ער יאָרן, האָט לײַטער אָפֿט מאָל נישט געקענט דעקן די הוצאָות פֿון איבערפֿירן זײַנע אימאַזשן פֿון ליכטבילדער צו פֿאָטאָגראַפֿיעס; זענען אַ סך פֿון די אימאַזשן געבליבן ווי ליכטבילדער, פֿאַרשטעקט אין אַלטע קאַסטנס אין זײַן דירה.
אין די 1990ער, האָט לײַטער, סוף־כּל־סוף, אָנגעהויבן אַנטוויקלען יענע אימאַזשן. אין זײַן זאַמלונג Early Color, פֿון יאָר 2008, האָט דער ברייטער עולם זיך צום ערשטן מאָל באַקענט מיט זײַנע פֿריִע ווערק.
לײַטערס גאַסן־פֿאָטאָגראַפֿיע ווערט אַסאָציִיִרט מיט דער באַוועגונג פֿון אַבסטראַקטן עקספּרעסיאָניזם, הגם מע קאָן אויך זען די השפּעה פֿון זײַן באַליבסטער קונסט־באַוועגונג: אימפּרעסיאָניזם. לײַטער האָט אַראָפּגענומען סצענעס פֿון דער שטאָט און אירע אײַנוווינער, געוויינטלעך, פֿון אומגעוויינטלעכע קוק־ווינקלען.
זײַנע ווערק שאַפֿן נישט קיין אינטימקייט מיט די סוביעקטן; פֿאַרקערט — ער האַלט דעם צוקוקער פֿון דער ווײַטנס. דער רעזולטאַט איז אַן עקספּרעסיאָניסטישע וויזיע פֿון דער שטאָט — אומדירעקט און פֿראַגמענטיש.
אַחוץ די אַבסטראַקטע בילדער, באַקומען זיך אָבער אויך, פֿון צײַט צו צײַט, מאָמענטן פֿון אַ מער טראַדיציאָנעלער שיינקייט: ווי ניו־יאָרקער באַמיִען זיך צו גיין אין שניי־באַדעקטע אָדער רעגן־באַניצטע גאַסן — אימאַזשן וואָס דערמאָנען אין אימפּרעסיאָניסטישע מאָלערײַען.
לײַטערס אייגענע מאָלערײַען זענען אויך געלויבט געוואָרן פֿון די קריטיקער, אָבער ער וועט פֿאָרט באַקאַנט בלײַבן ווי אַ פּיאָנער פֿון קאָליר־פֿאָטאָגראַפּיע, הגם ער אַליין זעט אויס אַ ביסל צעטומלט, ווען ער הערט לעצטנס וועגן זײַן פֿאַרשפּעטיקטער אָנערקענונג. רעדנדיק וועגן זײַן בוך Early Color, האָט ער געזאָגט: „ווען איך וואָלט בלויז אַרויסגעגעבן מײַן ביכעלע, וואָלט עס דען נישט געווען גענוג?‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.