גיכער ווי דאָס ליכט?

Can You Go Faster Than Light?

אַ צייכענונג פֿון אַ טעאָרעטישער „איבערליכטיקער‟ שיף
NASA
אַ צייכענונג פֿון אַ טעאָרעטישער „איבערליכטיקער‟ שיף

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 25, 2013, issue of August 16, 2013.

אַלבערט אײַנשטיינס רעוואָלוציע אין פֿיזיק אַנטוישט אַ סך מענטשן, וועלכע האָבן געחלומט צו דערקלײַבן זיך ביז די ווײַטע שטערן אויף אַ קאָסמאָס-שיף. לויט דער טעאָריע פֿון רעלאַטיוויטעט, איז אוממעגלעך צו דערגרייכט אַ גרעסערע שנעלקייט ווי דאָס ליכט, וואָס פֿליט בערך 300 טויזנט קילאָמעטער אָדער 186 טויזנט מײַל אַ סעקונדע. עס באַקומט זיך, אַז אַפֿילו מיט אַזאַ ריזיקער שנעלקייט וואָלט אַ נסיעה צום נענטסטן שטערן, פּראָקסימאַ סענטאָרי, געדויערט מער ווי 4 יאָר.

אײַנשטיינס אַנטדעקונגען האָבן געביטן דאָס פּנים פֿון דער וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק. אַ סך שרײַבער האָבן אָנגעהויבן באַשרײַבן לאַנגע קאָסמישע נסיעות, בעת וועלכע די אַסטראָנאָטן בלײַבן אין אַ טיפֿן שלאָף במשך פֿון צענדליקער, הונדערטער און אַפֿילו טויזנטער יאָר. אין אַ טיפּישן ראָמאַן פֿונעם דאָזיקן זשאַנער, ווען די קאָסמאָס-פּיאָנערן קערן זיך אום אַהיים, טרעפֿן זיי דאָרטן זייערע אייניקלעך, וועלכע דערציילן זיי, אַז זייערע באַקאַנטע קרובֿים זענען שוין לאַנג געשטאָרבן.

אין דער זעלבער צײַט, האָבן אַ סך שרײַבער-פֿאַנטאַסטן געפּרוּווט „איבערצוקליגן‟ די געזעצן פֿון דער רעלאַטיוויטעט-טעאָריע אין זייערע ווערק, כאָטש אין אַ באַגרענעצן אַספּעקט. אין די ביכער פֿון אורסולאַ לע גווין, אַ באַקאַנטע אַמעריקאַנער שרײַבערין, פֿאַרנעמט אַ מענטשלעכע נסיעה צו אַן אַנדער שטערן טאַקע אַ לאַנגע צײַט. סימלי, די יונגע העלדין פֿון לע גווינס פֿריִיִק בוך, האָט באַזוכט אַ מוזיי אויף אַ ווײַטן פּלאַנעט, כּדי אומצוקערן פֿון דאָרטן איר משפּחהס טײַערן האַלדזבאַנד. וועט זי איז געקומען צוריק אַהיים, האָט זי אויסגעפֿונען, אַז איר מאַן איז שוין געשטאָרבן, און איר קליינע טאָכטער איז אויפֿגעוואַקסן.

פֿונדעסטוועגן, זענען אין לע גווינס ראָמאַנען פֿאַראַן מכשירים, וואָס דערמעגלעכן אַ מאָמענטאַלע קאָמוניקאַציע צווישן ווײַטע פּלאַנעטן און אָנפּילאָטיקע שיפֿן, וואָס קאָנען פֿליִען גיכער ווי דאָס ליכט, צוליב ספּעציעלע המצאות; אַ לעבעדיקע באַשעפֿעניש קאָן אָבער נישט איבערלעבן אַזאַ נסיעה.

איוואַן יעפֿרעמאָוו, אַ באַקאַנטער סאָוועטישער פֿאַנטאַסט, וואָס זײַנע ראָמאַנען זענען אין אַ סך אַספּעקטן ענלעך צו לע גווינס ווערק, באַשרײַבט די פּראָגרעסיווע קאָמוניסטישע צוקונפֿט פֿון אונדזער פּלאַנעט אין זײַן ראָמאַן „די אַנדראָמעדע-נעפּלקייט‟. די בראַווע קאָסמאָנויטן פֿאָרשן אַלץ ווײַטער די רחבֿותן פֿונעם אוניווערס, שלאָפֿנדיק במשך פֿון זייער לאַנגן וועג. אינעם ראָמאַן ווערט באַשריבן אַ סכּנותדיקער עקספּערימענט, בעת וועלכן עס ווערט אַנטדעקט אַ מעטאָד פֿון מאָמענטאַלער קאָמוניקאַציע צווישן די פּלאַנעטן. אינעם יעפֿרעמאָווס שפּעטערדיקן ראָמאַן „די שעה פֿונעם אָקס‟ ווערן שוין געשילדערט נײַערע שיפֿן, וואָס קאָנען אויסבייגן דעם רוים גופֿא און פֿליִען גיכער ווי דאָס ליכט.

דר׳ האַראָלד ווײַט
Wiki Commons
דר׳ האַראָלד ווײַט

די טעמע פֿון דער שנעלקייט-באַגרענעצונג בעת די קאָסמישע נסיעות איז שוין אַ סך מאָל אויסגענוצט געוואָרן ווי אַ ליטעראַרישער מיטל, וואָס דערמעגלעכט צוצוגעבן אַ דראַמאַטישן טאָן און אַפֿילו אויסדריקן פּראָגרעסיווע סאָציאַל-פּאָליטישע געדאַנקען. איז עס, אָבער, טאַקע ריכטיק, אַז ס׳איז פּרינציפּיעל אוממעגלעך צו פֿליִען גיכער ווי די ליכט-שנעלקייט? די וואָך האָט די צײַטונג „ניו-יאָרק טײַמס‟ איבערגעגעבן, אַז דער 43־יאָריקער אַמעריקאַנער פֿיזיקער האַראָלד ווײַט האָט באַקומען אַ מלוכישע סובסידיע פֿון „נאַסאַ‟, אויף אַ סומע פֿון 50 טויזנט דאָלאַר, כּדי אָנצוהייבן פֿאָרשן די מעגלעכקייטן פֿון „איבערליכטיקע‟ קאָסמאָס-נסיעות.

אינעם יאָר 1994 האָט דער מעקסיקאַנער פֿיזיקער מיגעל אַלקוביערע באַשריבן אַ טעאָרעטישע מאָדעל פֿון אַ „רוים-בלעזל‟, וואָס וואָלט געקאָנט אויסבייגן דעם רוים און צײַט אויף אַזאַ אופֿן, וואָס אַן אָביעקט אינעווייניק אין אַזאַ „בלעזל‟ קאָן זיך באַוועגן גיכער ווי דאָס ליכט. עס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן אַ „קליינע פּראָבלעם‟: עס וואָלט נישט געווען גענוג ענערגיע אינעם גאַנצן אוניווערס, כּדי צו דערגרייכן אַזאַ עפֿעקט — אויב אַפֿילו ער איז מעגלעך בכלל.

שפּעטער, האָבן די פֿיזיקער-טעאָרעטיקער צוגעטראַכט אַנדערע מאָדעלן. אינעם יאָר 2011, האָט ווײַט דערקלערט, אַז מע וואָלט געקאָנט טעאָרעטיש דערגרייכן אַזאַ עפֿעקט „בלויז‟ אויפֿן חשבון פֿון דער גאַנצער עלעקטראָ-ענערגיע, וואָס ווערט הײַנט פּראָדוצירט אויף אונדזער פּלאַנעט במשך פֿון אַ האַלב יאָר. נאָך אַלץ אַ ריזיקער סכום פֿון ענערגיע, נאָר שוין אַ רעאַליסטישער געדאַנק.

ווײַטס חשבונות זענען נאָך אַלץ ווײַט פֿון דער פּראַקטישער פֿיזיק. „נאַסאַ‟ האָט אָבער צוגעגרייט פֿאַר ווײַטן און זײַנע קאָלעגן אַ ספּעציעלע לאַבאָראַטאָריע בײַם „קאָסמישן דזשאָנסאָן-צענטער‟ אין טעקסאַס, וווּ די וויסנשאַפֿטלער האָפֿן צו ווײַזן, אַז אַ שטאַרק עלעקטריש פֿעלד איז מסוגל אויסצובייגן דעם רוים. אויב ס׳איז טאַקע אַזוי, מיינט עס, אַז געוויסע פֿענאָמענען זענען מחוץ אײַנשטיינס טעאָריע און קאָנען זי „איבערקליגן‟.

דער רוסלענדישער זשורנאַליסט אַלעקסיי טימאָשענקאָ, באַקאַנט מיט זײַנע ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע ידיעות, האָט אָנגעשריבן אַ לאַנגן קריטישן אַרטיקל וועגן ווײַטס פּראָיעקט, באַמערקנדיק, אַז דער אַמעריקאַנער פֿיזיקער פֿאַרלאָזט זיך אויף צופֿיל ריין-טעאָרעטישע השערות און דערצו האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק פּובליקירט אַ צווייפֿלהאַפֿטיקע פֿאָרשונג, וואָס זעט אויס ווי אַ טעות. פֿונדעסטוועגן, האָט צוגעגעבן טימאָשענקאָ, קאָן די רעלאַטיוו-קליינע סובסידיע צוציִען מער יונגע-לײַט צו וויסנשאַפֿט.

„נאַסאַ‟ פּטרט כּסדר אַ סך גרעסערע סומעס געלט אויף דרעטלעך און טואַלעט-פּאַפּיר פֿאַר איר פּערסאָנאַל. 50 טויזנט דאָלאַר — אַ קלייניקייט, לויט די מאַסשטאַבן פֿון דער ריזיקער אַגענטור — וועט העלפֿן די ווינסשאַפֿטלער צו פֿאַרנעמען זיך מיט פֿאַרכאַפּנדיקע עקספּערימענטן. ס׳איז דאָך אַ סך אינטערעסאַנטער צו אַרבעטן איבער אַ פּראָיעקט פֿון אַ פֿאַנטאַסטישער „איבערליכטיקער‟ שיף, ווי צו פֿאַרנעמען זיך מיט פּראַגמאַטישע און נודנע אינזשענירײַ-פֿאָרשונגען.

אַזוי צי אַזוי, ווײַזט אויס, אַז די מעגלעכקייט צו שאַפֿן אַ שיף, וואָס קאָן גיך דערגרייכן אַן אַנדער שטערן, ווי אין די פֿאַנטאַסטישע פֿילמען, ווערט נישט מער באַטראַכט אין דער וויסנשאַפֿטלעכער וועלט ווי אַן אוממעגלעך אויסטראַכטעניש. מעגלעך, אַז ס׳וועט קומען אַ צײַט, ווען אַזעלכע ווערק, ווי יעפֿרעמאָווס און לע גווינס ראָמאַנען וועלן קלינגען פֿאַרעלטערט און אַלטמאָדיש, פֿונעם וויסטשאַפֿטלעכן קוקווינקל. די לייענער וועלן זיי אָבער ווײַטער אָפּשאַצן — פּונקט אַזוי, ווי מיר שאַצן הײַנט אָפּ די ווערק פֿון זשול ווערן און הערבערט וועלס, נישט געקוקט אויף זייערע היפּש פֿאַרעלטערטע טעכנאָלאָגישע באַשרײַבונגען.