די פֿיגור פֿונעם שרײַבער איליאַ ערענבורג רופֿט אַרױס סתּירותדיקע אָפּשאַצונגען. אײניקע האַלטן אים פֿאַר אַ „ניצלעכן‟ ייִד, װאָס האָט באַדינט סטאַלינס דיקטאַטור, װי אַ מין שליח אין דער סבֿיבֿה פֿון דער מערבֿ־אײראָפּעיִשער לינקער אינטעליגענץ. אַנדערע, בפֿרט די ליבעראַלע רוסישע אינטעליגענטן פֿונעם עלטערן דור, באַדאַנקען ערענבורגן פֿאַר זײַן װאָגיקן בײַטראָג אין דער „אָדליגע‟ פֿון די 1960ער יאָרן. ערענבונג אַלײן האָט ניט געהאַלטן קײן סך פֿון זײַן ליטעראַרישער שאַפֿונג. אײן מאָל האָט ער אַפֿילו אַ זאָג געטאָן, אַז ער איז אַ „מיטלמעסיקער‟ מחבר, און זײַנע װערק האָבן אַ געװיסן װערט בלױז אין דעם איצטיקן מאָמענט. ער האָט געשריבן פֿאַרן הײַנט, ניט פֿאַרן מאָרגן.
דערפֿאַר לאָזט זיך ערענבורגס חשיבֿות פֿאַרשטײן בלױז אינעם קאָנטעקסט פֿון זײַן צײַט, אָדער, פּינקטלעכער, פֿון זײַנע צײַטן, װײַל ער איז געװען טעטיק אין ביז גאָר פֿאַרשידענע היסטאָרישע פּעריאָדן, אין די לעצטע יאָרן פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה ביז די 1960ער יאָרן. און דערפֿאַר קאָן מען זיך מער ניט באַגײן אָן דער גרונדיקער אַרבעט פֿונעם פּעטערבורגער ליטעראַטור־היסטאָריקער באָריס פֿרעזינסקי, װעלכער האָט געװידמעט ערענבורג־פֿאָרשונגען אַ סך צײַט. הײַיאָר האָט מען באַקומען אַ סאָלידן זאַמלבאַנד פֿון פֿרעזינסקיס װיכטיקסטע אַרבעטן, װאָס מאָלט אַ פֿילזײַטיקן און פֿילפֿאַרביקן פּאָרטרעט פֿון ערענבורג, װי אַ שרײַבער און װי אַ מענטש.
פֿרעזינסקי איז ניט קײן קאַלטער אַקאַדעמישער װיסנשאַפֿטלער. זײַן באַציִונג צו ערענבורגן איז טיף-פּערזענלעך. ער איז מודה, אַז ערענבורגס ביכער, און קודם־כּל, די זכרונות „מענטשן, יאָרן, לעבן‟ האָבן געמאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק אױף זײַן פּערזענלעכן װעלטבאַנעם. זײַן פֿאָרשערישע אױפֿגאַבע איז ניט צו משפּטן ערענבורגן פֿאַר זײַן אױפֿפֿירונג מיט דער סאָװעטישער מאַכט, נאָר צו פֿאַרשטײן און דערקלערן יענעמס מאָטיװן און צילן, און צו אַנטפּלעקן דעם קאָמפּליצירטן היסטאָרישן קאָנטעקסט פֿון ערענבורגס לעבן און שאַפֿונג.
דער ערשטער טײל פֿון פֿרעזינסקיס זאַמלבוך דערצײלט די ליטעראַרישע ביאָגראַפֿיע פֿון ערענבורג דעם שרײַבער. פֿרעזינסקי אַנאַליזירט אין גענױע פּרטים די געשיכטע פֿון אַלע ליטעראַרישע װערק און פֿון זײער קריטישער און עפֿנטלעכער אױפֿנאַמע, אָנהײבנדיק פֿון די סאַמע ערשטע לידער ביז די מעמואַרן און דער קאָרעספּאָנדענץ פֿון די לעצטע יאָרן. אין משך פֿון זײַן גאַנצן לעבן איז ערענבורג געװען זײער אַקטיװ און טעטיק אין סאַמע פֿאַרשידענע זשאַנערס: לידער, ראָמאַנען, פּובליציסטיק, בריװ, זכרונות, קינאָ. ער האָט זיך תּיכּף אָפּגערופֿן אױף אַלע װיכטיקע געשעענישן פֿון זײַן צײַט. גענומען אין סך־הכּל, קאָן מען זײַנע װערק לײענען װי אַ ליטעראַרישע געשיכטע פֿון יענער דראַמאַטישער תּקופֿה.
פֿרעזינסקי ברענגט מײַסטעריש צונױף דעם טעקסט מיטן קאָנטעקסט. װי אַ זײער אױפֿמערקזאַמער לײענער פֿון ערענבורגס װערק, איז ער בכּוח צו אַנטפּלעקן אי דעם פּשט, אי דעם רמז, אי דעם סוד. דערבײַ באַנוצט ער זיך מיט אַלע פֿאַראַנענע מקורים, אָבער זײַן ריזיקע ערודיציע שטערט אים ניט צו בלײַבןּ קלאָר אין זײַן אײגענעם שרײַבן. דער צװײטער טײל פֿונעם בוך נעמט אַרײַן פֿרעזינסקיס אַרטיקלען װעגן ערענבורגס באַציִונגען מיט באַרימטע ליטעראַטן — פֿון דעם דיכטער אַלעקסאַנדר בלאָק ביז די סאָװעטישע דיסידענטן אַנדרײ סיניאַװסקי און יולי דניאל. אינעם דריטן טײל דערצײלט פֿרעזינסקי װעגן די לענדער, װוּ ערענבורג האָט געלעבט און װעגן װעלכע ער האָט געשריבן: פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, שפּאַניע, איטאַליע. אין תּוך גענומען איז דער דאָזיקער באַנד פֿון נײַן הונדערט זײַטן אַן עכטע ענציקלאָפּעדיע, װוּ מען קאָן געפֿינען כּמעט אַלץ װעגן ערענבורג (מיט דעם אױסנאַם פֿון זײַנע ליבע־אַפֿערעס).
„ערענבורגס לעבן איז קײן מאָל ניט געװען באַגרענעצט מיט ליטעראַטור‟, שרײַבט פֿרעזינסקי. ערענבורג, ענלעך צו זײַן באַליבטן פֿראַנצױזישן שרײַבער סטענדאַל, האָט געהאַלטן, אַז כּדי צו קענען באַשרײַבן לײַדנשאַפֿטן, מוז דער שרײַבער קודם־כּל, קענען אַלײן פֿילן די דאָזיקע לײַדנשאַפֿטן. הגם ערענבורג האָט ניט געהערט צו די סאַמע בעסטע און אָריגינעלסטע רוסישע שרײַבער פֿון זײַן צײַט, טראָגן אַלע זײַנע טעקסטן אין זיך דעם לעבעדיקן טעם פֿון זײערע צײַטן. פֿרעזינסקי לעבט אױף פֿאַרן הײַנטיקן לײענער די אײגנאַרטיקע אַטמאָספֿער פֿון יעדן היסטאָרישן מאָמענט, װאָס האָט באַװירקט ערענבורגס שעפֿערישן כּוח־הדמיון.
אין דער נאַציאָנאַל־ייִדישער װעלט האָט ערענבורג אַ שם פֿון אַן „אַסימילאַטאָר‟. אײניקע אַמאָליקע דיסידענטן האַלטן אים פֿאַר אַ פּשרה־מאַכער, װאָס האָט מיטגעהאָלפֿן דער סאָװעטישער מאַכט צו מאַכן אַ שײן פּנים אין אױסלאַנד. פֿרעזינסקי באַװײַזט, אַז אַפֿילו אין אױסלאַנד איז ערענבורג תּמיד פֿאַרבליבן אַ רוסישער פּאַטריאָט, און דערפֿאַר האָט ער געװאָלט דרוקן זײַנע ביכער אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. זײַן ליבע צו רוסלאַנד און דעם רוסישן פֿאָלק איז געװאָרן זײער בולט בעת דער מלחמה, װען ער איז געװאָרן דער פּאָפּולערסטער סאָװעטישער מלחמה־פּובליציסט. ערענבורג האָט ניט געהאַט קײן ספּעציעלן אינטערעס צו ייִדישער קולטור, הגם ער האָט זיך קײן מאָל ניט אָפּגעזאָגט פֿון זײַן ייִדישן אָפּשטאַם. אײנער פֿון די ערשטע האָט ער געשריבן װעגן דעם ייִדישן חורבן און איז געװען אַן אַקטיװער כּלל־טוער אינעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. בכלל איז ערענבורג געװען אַ רעאַליסט און אַ פּראַקטיקער. ער האָט כּסדר געהאַנדלט אין די גרענעצן פֿון די פֿאַראַנענע מעגלעכקײטן. ער איז געװען גרײט צו העלפֿן די דיסידענטן, װען ער האָט געגלייבט, אַז מען קאָן דערגרײכן אַ פּראַקטישן רעזולטאַט. אָבער ער איז ניט מסכּים געװען מיט זײערע קעמפֿערישע מעטאָדן.
ערענבורג איז געשטאָרבן דעם 31טן אױגוסט 1967. פֿרעזינסקי שרײַבט: „עס איז קלאָר פֿונעם היסטאָרישן שטאַנדפּונקט, אַז ער איז אַװעק פּונקט אין דער ריכטיקער צײַט. מען קאָן זיך ניט פֿאָרשטעלן ערענבורגן אין אױגוסט פֿון 1968.‟ מיט אַ יאָר שפּעטער איז שױן געװען אַן אַנדערע תּקופֿה, װוּ אַזאַ מין פֿיגור װי ערענבורג װאָלט זיך שױן ניט געפֿונען קײן פּאַסיק אָרט. ער איז פֿאַרבליבן אַן עדות פֿון דער צײַט, װען דעם שרײַבערס װאָרט האָט נאָך געהאַט אַ װאָג. ערענבורג איז געװען דער לעצטער רוסישער שרײַבער, וואָס צו זײַן קול האָבן זיך צוגעהערט אי מיליאָנען רוסישע מענטשן, אי ליבעראַלע מערבֿדיקע אינטעלעקטואַלן, אי די סאָװעטישע פּאַרטײ־פֿירער. נאָך אים איז אַזאַ מין פֿיגור מער ניט געװען מעגלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.