זינאַ רויטמאַן, אַן עצה-געבערין בײַם ישׂראלדיקן טראַנספּאָרט-מיניסטעריום, האָט איבערגעגעבן, אַז פֿונעם 2טן אויגוסט וועט זיך אין חיפֿה און דער חיפֿהר געגנט בײַטן די סיסטעם פֿון אויטאָבוסן. מע פּלאַנירט אײַנצופֿירן 90 אויטאָבוסן פֿון דער נײַער סיסטעם „מטרונית‟, וועלכע וועלן פֿאָרן איבער אַלע 143 סטאַנציעס אויפֿן שטח פֿון חיפֿה און די אַרומיקע שטעטלעך.
חיפֿה איז די ערשטע שטאָט אין ישׂראל, וווּ עס וועט באַלד אָנהייבן צו אַרבעטן די נײַע סיסטעם פֿון לאַנגע און גיכע אויטאָבוסן מיט דרײַ פּאַסאַזשיר-סעקציעס. אין יעדן אויטאָבוס קאָנען פֿאָרן 150 פּאַסאַזשירן, וועלכע קויפֿן פֿון פֿריִער די בילעטן דורך ספּעציעלע עלעקטראָנישע סיסטעמען. די אויטאָבוסן פֿאָרן אויף ספּעציעלע וועג-פּאַסן און שפּאָרן אָפּ די צײַט בײַ די גאַס-סיגנאַלן; מע קאָן אַרײַנקומען און אַרויסקומען דורך יעדער טיר. די עלעקטראָנישע בילעטן ווערן קאָנטראָלירט אויטאָמאַטיש, אָן דעם שאָפֿער.
ישׂראל כּ״ץ, דער טראַנספּאָרט-מיניסטער האָט באַמערקט, אַז מיט דער סיסטעם „מטרונית‟ וועט אין ישׂראל זיך אָנהייבן אַ גאַנצע „טראַנספּאָרט-רעוואָלוציע‟. לויט כּ״צן, וועט „מטרונית‟ שטאַרק פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ אינעם צפֿונדיקן ראַיאָן פֿונעם לאַנד. צוליב די דערמאָנטע מעלות, קאָנען אַזעלכע אויטאָבוס פֿאָרן אַ סך גיכער. אויף די סטאַנציעס זענען אינסטאַלירט געוואָרן עלעקטראָנישע פּאַנעלן, וועלכע ווײַזן אָן, ווען עס וועט אָנקומען דער קומענדיקער אויטאָבוס. דער הויפּט-מאַרשרוט פֿון דער סיסטעם „מטרונית‟ — צווישן דעם כּרמלער ברעג און די שטעטלעך אַרום חיפֿה (הקריות) — וועט אַרבעטן אַ גאַנצן מעת-לעת, זיבן טעג אַ וואָך, און וועט אויסמײַדן די ראַיאָנען, וווּ דער פֿרומער עולם היט שבת.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.