אינעם ספֿר-משלי שטייט געשריבן, אַז אַ מענטש זאָל זיך נישט פֿרייען, ווען ער זעט, ווי זײַן שׂונא פֿאַלט. פֿאַר שלמה המלכן איז עס געווען גרינג צו זאָגן; ווען דער אומסימפּאַטישער פּערסאָנאַזש איז אַ ווילדע מפֿוניצע, אַ געוועזענע פֿרוי פֿון אַ רײַכן פֿאַרברעכער, פֿאַר וועלכער דאָס מזל איז פּלוצעם געגאַנגען באַרג-אַראָפּ, איז שווער זיך אײַנצוהאַלטן און נישט חוזק צו מאַכן פֿון איר.
אין זײַן לעצטן פֿילם „די בלויע דזשאַסמין‟ (Blue Jasmine), לעשט דער רעזשיסאָר וווּדי אַלען אויס אינגאַנצן דעם דאָזיקן נעגאַטיוון אימפּולס. אַלענס פֿילם איז נישט אַ דידאַקטישע מוסר-דרשה. מיט איר גלעצנדיקן טאַלאַנט, שפּילט די אַקטריסע קייט בלאַנשעט די ראָלע פֿון אַ פֿרוי, וועלכע פֿירט זיך אויף האַלב־משוגע במשך פֿונעם גאַנצן פֿילם — און פֿאָרט רופֿט זי נישט אַרויס דאָס געפֿיל, מע זאָל פֿון איר לאַכן.
דער סוזשעט פֿונעם פֿילם דערמאָנט דעם סקאַנדאַל מיט בערנאַרד מיידאָף. אַזאַ מעשׂה קאָן אָבער געשען מיט יעדן שווינדלער. דער אַקטיאָר אַלעק באָלדווין שפּילט די ראָלע פֿון האָל — אַן אויספֿיר-דירעקטאָר פֿון אַ צאָל שווינדלערישע פֿירמעס. ווען ער ווערט אַרעסטירט אויף דער גאַס, פֿאַרלאָזט זײַן זון דעם האַרוואַרד-אוניווערסיטעט און זײַן ווײַב, דזשאַסמין, לײַדט פֿון אַ פּסיכישן קריזיס.
דזשאַסמין פֿאָרט אַוועק פֿון ניו-יאָרק און פֿליט קיין סאַן-פֿראַנציסקאָ, וווּ זי פּלאַנירט זיך צו באַזעצן בײַ איר שוועסטער, דזשינדזשער (די אַקטריסע סאַלי האָקינס). אויפֿן עראָפּלאַן הייבט זי אָן צו שמועסן מיט צופֿעליקע מענטשן און מיט זיך אַליין, איבערלעבנדיק פֿון ס׳נײַ פֿאַרשיידענע מאָמענטן פֿון איר פֿאַרגאַנגענהייט.
ווײַטער ווערט דזשאַסמינס מצבֿ ערגער. אין זײַנע פֿילמען, קריטיקירט אַלען כּסדר די פּרעטענזיעס פֿון אינטעלעקטואַלן, באַרימטע פּערזענלעכקייטן און גבֿירים. דזשאַסמין, אַ געוועזענע ווײַב-מפֿוניצע פֿון אַ רײַכן געשעפֿטסמאַן, מוז זיך צוגעוווינען צום לעבן אין אַ קליין דירהלע מיט איר אָרעמער שוועסטער. ווײַטער מוז זי אָננעמען אַ פּשוטע אַרבעט בײַ אַ פֿרוי, וועלכע זי האָט געקענט אין איר רײַכן לעבן-פּעריאָד.
דזשאַסמין איז נישט אַ סימפּאַטישער פּאַרשוין. זי איז אַ שווערע, אומדאַנקבאַרע און נישט-אָרנטלעכע פֿרוי. דער פֿילם איז נישט אַ קאָמעדיע, אָבער די סצענעס מיט דזשאַסמינס צרות זענען פֿול מיטן שוואַרצן הומאָר. למשל, עס ווערט געוויזן, ווי דזשאַסמין ווערט אויפֿגעבראַכט, ווען דזשינדזשערס חבֿר האָט געזאָגט, אַז „קראַנקן-שוועסטער ברענגען ווייניק הנאָה אין בעט, ווײַל זיי ווייסן צופֿיל וועגן דעם מענטשלעכן אָרגאַניזם‟.
פֿונדעסטוועגן, צוליב בלאַנשעטס שפּיל, רופֿט דזשאַסמין אַרויס אַ סימפּאַטיע, בפֿרט ווען מע זעט, ווי אירע צרות מאַכן זי אַלץ מער משוגע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.