דער פּאַראַדאָקס פֿון דער קלעזמער־אויפֿלעבונג, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין די 1970ער און 1980ער יאָרן אין אַמעריקע, שטעקט אין דעם, אַז ישׂראל האָט זיך אויף דעם אָפּגערופֿן גאַנץ שוואַך אין דער אינטערנאַציאָנאַלער באַוועגונג; שוואַכער אַפֿילו ווי די „גוייִשע‟ לענדער אין אייראָפּע. אַזוי האָט, לפּחות, אויסגעזען דער מצבֿ פֿון מחוץ ישׂראל. אָבער לויטן ישׂראלדיקן קלאַרנעטיסט משה בערלין, איז אַזאַ „אויפֿלעבונג‟ קיין מאָל נישט פֿאָרגעקומען אינעם הייליקן לאַנד, ווײַל די מוזיק איז דאָרט קיין מאָל נישט אויסגעשטאָרבן.
די ערשטע וואָך אין אויגוסט וועט די גאַנצע וועלט קענען אָפּשאַצן ווי עס האַלט מיט קלעזמער־מוזיק אין ישׂראל — צוויי גרויסע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן וועלן דעמאָלט פֿאָרקומען. צום צווייטן מאָל וועט מען פּראַווען אין ירושלים דעם „פֿסטיבל הכּליזמר העולמי‟, דעם 4טן און 5טן אויגוסט; און תּיכּף נאָך דעם, דעם 6, 7 און 8טן אויגוסט, וועט פֿאָרקומען דער 26סטער צפֿתער קלעזמער־פֿעסטיוואַל.
דער ירושלימער פֿעסטיוואַל קומט פֿאָר אין דער אַלטער שטאָט און עס וועלן זיך אין אים באַטייליקן: מירל רעזניק, די קאַפּעליעס „פֿאַרגעניגן‟ „הלבֿ והמעיין‟, די חזנים העלער און יעקבֿ ראָזענפֿעלד, און דער זינגער, אָנפֿירער פֿון „יונג ייִדיש‟, מענדי כּהן. די אונטערנעמונג איז פֿרײַ פֿאַר אַלע, און מע וועט אָנפֿירן מיט מוזיק־וואַרשטאַטן, לערנען טענץ, און זינגען ייִדישע לידער — אַפֿילו „מאכלים פֿון שטעטל‟ וועט מען אויך פֿאַרקויפֿן.
משה (אָדער מוסאַ) בערלין, וואָס וועט, מירטשעם, ווערן 75 יאָר אַלט הײַנטיקס יאָר חנוכּה, וועט אויפֿטרעטן, ווי אַלע יאָר, בײַם מער באַקאַנטן צפֿתער פֿעסטיוואַל. דער פֿעסטיוואַל איז געוואָרן איינע פֿון די גרעסטע קולטור־אונטערנעמונגען אין לאַנד, און זי „נעמט איבער‟ די שטאָט צפֿת — בינעס ווערן אויפֿגעשטעלט אין אַלע ווינקעלעך. בכלל שפּילט עכטע קלעזמער־מוזיק דאָרטן אַ גאַנץ קליינע ראָלע; מע וועט קענען הערן דזשעז, חסידישע און אַוואַנגאַרדישע מוזיק, און נײַע שאַפֿונגען פֿון כּלערליי מינים מוזיק. עס וועלן זיך באַטייליקן — די פֿרויען גרופּע „קלעזמערות‟, מירל רעזניק, דניאל זמיר און אַנדערע. פֿון אַמעריקע קומט דער זינגער לאָרין סקלאַמבערג, די קלאַרנעטיסטן יואל רובין און קריסטיאַן דאַוויד, און דער צימבלער פּיט רושעפֿסקי.
אין אַ שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟ אויפֿן טעלעפֿאָן, האָט בערלין דערציילט, אַז ער האָט אָרגאַניזירט די ערשטע קלעזמער־פֿאַרזאַמלונג אין ישׂראל מיט 33 יאָר צוריק, אין שומרון, נאָך דעם ווי דער טאַטע פֿונעם קלאַרנעטיסט גיאָראַ פֿײַדמאַן איז געשטאָרבן. בערלינס וועג צו קלעזמער־מוזיק איז גאַנץ אַנדערש ווי בײַ די קלעזמאָרים אין מיזרח־אייראָפּע, וווּ די טראַדיציע פֿון שפּילן אויף חתונות איז געגאַנגען בירושה, פֿון דור צו דור. אין זײַן בר־מיצווה־יאָר, ווען ער איז געפֿאָרן קיין מירון, אויף דער גרויסער שׂימחה, ל״ג בעומר, האָט ער געהערט ווי עס שפּילן די אַלטע קלעזמאָרים און ער איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן, און שוין געפֿאָרן אַהין יעדעס יאָר. צו 17 יאָר האָט ער אָנגעהויבן שפּילן קלאַרנעט, און זיך אַליין אויסגעלערנט, ווי אַן אויטאָדידאַקט. דער אַלטער קלאַרנעטיסט אַבֿרהם סגל פֿון טבֿריה איז געווען דער טראַדיציע־טרעגער פֿון ישׂראלדיקער קלעזמער־מוזיק, און בערלין האָט פֿון אים זיך אויסגעלערנט דעם אַלטן רעפּערטואַר. אַ לאַנגע צײַט, אפֿשר 40 יאָר לאַנג, איז בערלין געווען דער איינציקער וואָס האָט ממשיך געווען די מוזיקאַלישע טראַדיציע, „אָבער הײַנט האָב איך שוין אויסגעלערנט מיט מײַנע סטודענטן די מוזיק, און איך דאַרף מער נישט אַליין טראָגן די טראַדיציע אויף מײַנע פּלייצעס‟, דערציילט ער.
ווי איז קלעזמער־מוזיק אַנדערש אין ישׂראל? אַפֿילו נישט קיין מבֿין קען הערן די אונטערשיידן — די השפּעה פֿון די „מיזרח־ייִדן‟ האָט אײַנגעפֿירט אַנדערע ריטמען, מער און פֿאַרשיידענע מינים פּײַקלעך. אָבער משה בערלין באַטאָנט אַנדערע חילוקים, אַן אַנדערן סטיל: „מע פֿילט אין דער מוזיק, אַז מע שפּילט אין אונדזער לאַנד, נישט אין גלות; די פֿרייד פֿון זײַן אין ישׂראל הערט מען — מער ניגונים אין מײַיאָר־שליסלען, און ווייניקער אין מינאָר. מע ׳וויינט׳ ווייניקער אין דער ישׂראלדיקער קלעזמער־מוזיק‟.
בערלין איז זיך מודה, אַז ער האָט זיך צוגעהערט, און גענאַשט פֿון די אַלטע רעקאָרדירונגען פֿון די מײַסטער־קלאַרנעט־שפּילער אין אַמעריקע פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן, אָבער דער רעפּערטואַר אין ישׂראל נאַשט אויך פֿון טערקײַ, איראַק און לבֿנון. ער קוקט אַרויס אויפֿן צפֿתער פֿעסטיוואַל, און אין זײַן לעבן האָט ער געזען ווי די אונטערנעמונג איז געוואָרן ברייטער, מוזיקאַליש גערעדט, און נעמט אַרײַן כּלערליי מוזיק. ער האָט ספּעציעל הנאה זיך צו טרעפֿן מיט די אַמעריקאַנער קלעזמאָרים, און דעם זומער, בשעת ער וועט זײַן אויף „קלעזקאַנאַדע‟, וועט דער אַמעריקאַנער עולם זיך בעסער באַקאַנען מיט אים — „דער מײַסטער פֿון ישׂראלדיקער קלעזמער־מוזיק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.