דער ערשטער מכּביה־אַטלעט פֿון מאָנגאָליע

First Maccabiah Athlete From Mongolia

אַנגאַראַג סאַנדאַג
Facebook
אַנגאַראַג סאַנדאַג

פֿון ייִט״אַ

Published July 28, 2013, issue of August 16, 2013.

נישט געקוקט דערויף, צי ער וועט געווינען בײַם שפּילן טעניס, צי נישט, האָט אַנגאַראַג סאַנדאַג שוין פֿאַרדינט זײַן אָרט אין דער געשיכטע: ער איז דער ערשטער אַטלעט פֿון מאָנגאָליע צו פֿאַרמעסטן זיך אין די „מכּביה־שפּילן‟ אין ישׂראל.

דער 20־יאָריקער בחור איז געבוירן געוואָרן אין אולאַן באַטאָר, די קרוינשטאָט פֿונעם לאַנד. מיט אַ יאָר צוריק האָט ער אויסגעפֿונען, אַז ער האָט ייִדישע וואָרצלען. זײַן טאַטעס מאַמע האָט אים דערציילט, אַז איר באָבע, איטע, פֿון לעטלאַנד, איז געווען אַ ייִדיש־קינד.

סאַנדאַג זאָגט, אַז ער פֿאָרמאָגט גאָר נישט קיין ייִדישע פֿאַרבינדונגען, און ווייסט בכלל ווייניק וועגן דער ייִדישער רעליגיע און קולטור; ער האָפֿט, אָבער, אַז ער וועט עפּעס זיך לערנען פֿון זײַן איצטיקער איבערלעבונג אין ישׂראל. „דאָס איז עפּעס נײַס פֿאַר מיר. דער טורניר גיט מיר אַ פֿײַנע געלעגנהייט אויסצוגעפֿינען וועגן ייִדישקייט‟, זאָגט סאַנדאַג, דער איינציקער מאָנגאָליער באַטייליקטער בײַ די שפּילן.

דעם זומער איז סאַנדאַג געווען גאַנץ פֿאַרנומען. ער שטודירט סבֿיבֿה־אינזשענעריע בײַם „מאָנגאָליער אינטערנאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט‟. דערצו איז ער געפֿלויגן קיין ישׂראל פֿון קאַזאַן, רוסלאַנד, וווּ ער האָט זיך באַטייליקט אין דער „אוניווערסיאַדע‟ — אַן אינטערנאַציאָנאַלער ספּאָרט־פֿאַרמעסט פֿאַר אוניווערסיטעטישע אַטלעטן.

סאַנדאַג האָט מער חשק זיך צו באַקענען מיט די ייִדן פֿון דער גאַנצער וועלט, ווי צו באַטייליקן זיך אין די שפּילן גופֿא. „צו שפּילן אינעם טורניר — מילא — דער עיקר, איז צו רעדן מיט די אַטלעטן‟. „די ערשטע ווערטער וואָס איך דאַרף זיך אויסלערנען, איז די באַגריסונג ׳שלום־עליכם׳‟ האָט סאַנדאַג געזאָגט, איידער ער איז אָפּגעפֿאָרן קיין ישׂראל פֿון רוסלאַנד.