די ייִדישע קהילה אין זאַגרעב, קראָאַטיע, פּלאַנירט איבערצובויען די אַלטע שיל, וועלכע איז צעשטערט געוואָרן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. דאָנערשטיק, דעם 25טן יולי, האָבן די קהילה-פֿאָרשטייער איבערגעגעבן אין אַן אָרטיקער צײַטונג, אַז איצט באַקוקן זיי דאָס אָרט אויף דער פּראָגער גאַס, וווּ די שיל איז געשטאַמען, כּדי אויפֿצושטעלן דאָרטן אַ נײַעם בנין.
וולאַדימיר סאַלאַמאָן, דער פּרעזידענט פֿון דער זאַגרעבער ייִדישער נישט-קאָמערציעלער אָרגאַניזאַציע „בית-ישׂראל‟, האָט געזאָגט, אַז דער נײַער בנין וועט, האָפֿנטלעך, גאָר אין גיכן אויפֿגעשטעלט ווערן אויפֿן זעלבן היסטאָרישן אָרט. הײַנט געפֿינט זיך דאָרטן אַ פּאַרקיר-פּלאַץ מיט אַן אָנדענק-שילד, וואָס דערציילט, אַז אַמאָל איז דאָרטן געשטאַמען די שיל. באַלד נאָכדעם, ווי קראָאַטיע האָט דערקלערט איר אומאָפּהענגיקייט אינעם יאָר 1991, האָט זיך אָנגעהויבן אַ דעבאַטע, צי מע זאָל די שיל; איבערבויען. צוליב די אינערלעכע סיכסוכים אין דער ייִדישער קהילה, האָט מען אָבער ביז איצט גאָרנישט געטאָן.
די היסטאָרישע שיל איז צעשטערט געוואָרן דורך דעם פֿאַשיסטישן „אוסטאַשאַ‟-רעזשים, וועלכער האָט רעגירט אין קראָאַטיע, מיט דער הילף פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד און איטאַליע, פֿון 1941 ביזן מײַ 1945. דער בנין איז געשאַפֿן געוואָרן דורכן אַרכיטעקט פֿראַניאָ קליין און זיך געעפֿנט אינעם יאָר 1867.
לויט דער אָרגאַניזאַציע „בית-ישׂראל‟, זענען בערך 9,000 ייִדן פֿאַרניכטעט געוואָרן אין זאַגרעב בעת דעם חורבן. ווייניקער ווי 3,000 זענען ניצול געוואָרן. 800 ייִדן זענען אַוועקגעפֿאָרן נאָך דער מלחמה קיין ישׂראל. לויט דער פֿאָלקס-ציילונג פֿונעם יאָר 2011, באַטרעפֿט הײַנט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט 509 נפֿשות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.