פּראָפֿ׳ קאַרען אָנדערהיל איז מיטגעגאַנגען מיט אַ חבֿרטע אין אַן אַנטיקוואַר־געשעפֿט אין דער הײַד־פּאַרק־געגנט פֿון שיקאַגע, לעבן דעם שיקאַגער אוניווערסיטעט, פּשוט זי צו באַגלייטן. אָבער בשעת זי איז געשטאַנען און געוואַרט מע זאָל אַרויסגיין, האָט דער סוחר איר געגעבן אַ פֿרעג — „נו, און איר? אפֿשר איז דאָ בײַ אונדז עפּעס פֿאַר אײַך? וואָס איז אײַער אינטערעס?‟ האָט זי געענטפֿערט, מיינענדיק, אַז ער וועט זיך אָפּטשעפּען — „די ייִדישע קולטור פֿון מיזרח־אייראָפּע‟.
אָבער ער האָט געענטפֿערט, אַז אָקערשט האָט ער באַקומען 5 בײַטלעך ייִדישע כּתבֿ־ידן, בריוו און ביכלעך. דאָרטן האָט זי געפֿונען די פּאַפּירן פֿון פּרץ הירשביינס שוועסטער, שׂרה הירשביין פּאַוואַטינער און צווישן די מאַטעריאַלן שלום־עליכמס אַ האַנט־געשריבענעם כּתבֿ־יד פֿון אַ דראַמע „סטעמפּעני [!]: אָדער דער יודישער פּאַגאַניני‟, אַ באַאַרבעטונג פֿון זײַן באַקאַנטן ראָמאַן „סטעמפּעניו‟, וועגן דער ליבע צווישן דעם קלעזמער סטעמפּעניו און רחל. ד״ר אָנדערהיל איז יענע וואָך געקומען אין ייִוואָ אַ דאַנק דער „יוסף קרעמען־סטיפּענדיע‟ אויסצופֿאָרשן די געשיכטע פֿונעם געפֿינס און, קודם־כּל, צו פֿאַרזיכערן, אַז דאָס איז טאַקע שלום־עליכמס כּתבֿ. דאָס האָט זי, צוזאַמען מיט די ייִוואָ־אַרכיוויסטן, באַלד באַשטעטיקט.
אויפֿן שער־בלאַט שרײַבט שלום־עליכם, אַז ער האָט די דראַמע פֿאַרענדיקט אין אויגוסט, 1905 אין קיִעוו. אינעווייניק איז צוגעטשעפּעט אַ קאָנטראַקט מיטן מחבר, וואָס אַנטפּלעקט אַ ביסל פֿון דער געשיכטע פֿון דער פּיעסע. אָנדערהיל דערציילט, אַז דער קאָנטראַקט, געשריבן אויף רוסיש, האָבן אונטערגעשריבן שלום־עליכם און די צוויי טעאַטער־אונטערנעמער סעם אַדלער און יעקבֿ ספּיוואַקאָווסקי אין יוני 1905, אין וואַרשע. לויטן קאָנטראַקט וועט דער מחבר באַאַרבעטן זײַנע דערציילונגען, און זיי דראַמאַטיזירן, און די טרופּע וועט זיי אויפֿפֿירן „איבער דער גאַנצער רוסישער אימפּעריע‟.
לויטן קאָנטראַקט (אונטערגעשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות מיט זײַן אמתן נאָמען — שלום ראַבינאָוויטש און מיט זײַן פּען־נאָמען שלום־עליכם) מוז דער מחבר בײַזײַן אויף דער ערשטער און לעצטער רעפּעטיציע, און ער דאַרף האַלטן אַן אויג אויף די דראַמעס און זײַן צופֿרידן מיט זיי. דערנאָך שרײַבט מען וועגן 18 און 13 — דאָס הייסט — געלט. ווי אַזוי דער כּתבֿ־יד האָט זיך אָפּגעפֿונען צווישן די פּאַפּירן פֿון הירשביינס שוועסטער בלײַבט אַ קשיא.
מע דאַרף האַלטן אין זינען, אַז אין די 1880ער יאָרן אין רוסלאַנד איז געוואָרן פֿאַרווערט צו שפּילן ייִדישן טעאַטער; ערשט נאָך דער רעוואָלוצניע פֿון 1905, ווען מע האָט דערלאָזט אַ ביסל מער פֿרײַהייט, האָט דער ייִדישער טעאַטער נאָך אַמאָל אויפֿגעלעבט. אין 1906, האָט שלום־עליכם זיך געטראָפֿן מיטן טעאַטער־אונטערנעמער פֿישבערג פֿון אַמעריקע, און ער האָט איבערגערעדט שלום־עליכמען, מע זאָל שפּילן די פּיעסעס אין אַמעריקע.
אין די בריוו פֿון שלום־עליכמען, צווישן דעם מחבר און פֿישבערג, ווערט קלאָר, אַז פֿישבערג האָט געהאַלטן, אַז דעם סוף פֿון „סטעמפּניו‟ וואָלט מען געדאַרפֿט בײַטן פֿאַרן אַמעריקאַנער עולם. שלום־עליכם האָט מסכּים געווען אָבער אָן חשק. אין מאַלי פּיקאָנס אַרכיוו אין ייִוואָ געפֿינט זיך אַ נוסח פֿון דער „סטעמפּעניו‟־דראַמע פֿון 1907 מיט דעם „אַמעריקאַנער‟ סוף. די דראַמע „סטעמפּעניו‟ סײַ מיט דעם אַמעריקאַנער סוף, סײַ מיטן אָריגינעלן סוף האָט מען קיין מאָל נישט געדרוקט.
אין 1907 האָט באָריס טאָמאַשעווסקי אויפֿגעפֿירט די דראַמע מיטן נאָמען „ייִדישע טעכטער‟. אין דעם יאָר האָבן יעקבֿ אַדלער און טאָמאַשוועסקי ביידע געוואָלט אויפֿפֿירן שלום־עליכמס דראַמעס, און זיי האָבן דאָס געטאָן אין דער זעלבער נאַכט; האָט שלום־עליכם, נעבעך, געדאַרפֿט לויפֿן פֿון איין פּרעמיערע צו דער צווייטער. אַגבֿ האָט די פֿאָרשטעלונג „ייִדישע טעכטער‟ נישט געהאַט קיין סוקצעס.
דער כּתבֿ־יד איז נישט נאָר ליטעראַריש און קולטור־היסטאָריש וויכטיק, ס‘איז אים פּשוט שיין אָנצוקוקן. שלום־עליכם האָט עס באַשיינט מיט דעקאָראַציעס און אַ ספּעציעלן כּתבֿ. דערצו געפֿינט זיך דאָ אויך די מוזיק צו עטלעכע לידער אין דער פּיעסע, ווי דאָס פֿאָלקסליד „כאַצקעלע‟.
פּראָפֿ׳ קאַרען אָנדערהיל האָט יאָרן לאַנג אָנגעפֿירט מיט איר מאַן מיט אַ קאַוועהויז אין קראָקע , און הײַנט לערנט און פֿאָרשט זי די פּויליש־ייִדישע ליטעראַטור בײַם „אילינויער אוניווערסיטעט‟ אין שיקאַגע. מיר קוקן אַרויס אויף אירע ווײַטערדיקע אַנטדעקונגען מכּוח דער געשיכטע פֿון דעם זעלטענעם כּתבֿ־יד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.