נישט לאַנג צוריק בין איך געגאַנגען אויף אַ שבתדיקן שפּאַציר מיט אַ באַקאַנטער מײַנער, אַ מיטל־יאָריקע געגטע מאַמע פֿון אַן 28־יאָריקן בן־יחיד, וואָס איך וועל אים ווײַטער רופֿן אפֿרים. זי, די טאָכטער פֿון אַ קאָנסערוואַטיוון ראַבינער, האָט דערצויגן אפֿרימען אויף אַ ייִדישן אופֿן. זיי האָבן געהיט שבת און יום־טובֿ; ער האָט זיך געלערנט אין די ייִדישע טאָגשולן און פֿאַרבראַכט זײַנע זומערן אין קעמפּ „רמה‟ (דער זומער־לאַגער פֿון די קאָנסערוואַטיווע ייִדן), און איז אַפֿילו געוואָרן דער אַדמיניסטראַטאָר פֿון אַ „הילל‟ אין אַן אוניווערסיטעט.
ווען איך האָב זי געפֿרעגט, צי ער האָט אַ חבֿרטע, האָט זי געענטפֿערט, אַז יאָ, און ס׳איז טאַקע זייער ערנסט צווישן זיי. „זיי רעדן שוין וועגן חתונה האָבן,‟ האָט זי געזאָגט.
כ׳האָב אָבער קיין נחת אין איר קול נישט געהערט. האָב איך געפֿרעגט: „נו, געפֿעלט זי דיר?‟ האָט זי ענטפֿערט: „יאָ, אַ פֿײַן מיידל, אָבער אַ קאַטוילישע.‟
הײַנטיקע צײַטן איז אַזאַ „אָבער‟, צום באַדויערן, גאָר נישט קיין זעלטענע זאַך; דאָס מאָל האָט עס בײַ מיר פֿאָרט אַרויסגערופֿן חידוש. די דאָזיקע מאַמע האָט געטאָן אַלץ לויט די „אינסטרוקציעס‟, ווי אַזוי צו דערציִען אַ קינד מיט אַ טיפֿער ייִדישער פֿאַרבינדונג, און דאָך — האָט איר זון זיך געפֿונען אַ נישט־ייִדיש מיידל…
„איז דאָ אַ מעגלעכקייט, אַז זי וועט זיך מגייר זײַן?‟ האָב איך געפֿרעגט.
„מסתּמא נישט,‟ האָט זי געענטפֿערט. „זי איז זייער נאָענט מיט איר משפּחה, און וויל זיי נישט וויי טאָן, ספּעציעל נישט די באָבע־זיידע, וואָס זענען פֿרומע קאַטאָליקן.‟
כ׳האָב אויסגעדריקט מײַן איבערראַשונג צו איר, וואָס אַזאַ ייִדישלעכער בחור ווי אפֿרים (וועלכער איז, אַגבֿ, שיין און קלוג), האָט נישט געקענט געפֿינען קיין ייִדיש מיידל, וואָס זאָל אים צופֿרידנשטעלן, ווען אַזוי פֿיל ייִדישע מיידלעך זוכן הײַנט מיט ליכט אַ לײַטישן ייִדישן בחור.
מײַן באַקאַנטע האָט געגעבן אַ זיפֿץ און דערציילט: „אַ חבֿר מײַנער פֿון שיל האָט מיר לעצטנס דערציילט, אַז זײַן טאָכטער, וואָס ער האָט זי אויך אַלע יאָרן געשיקט אין אַ ייִדישער טאָגשול און זומער־לאַגער, האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ נישט־ייִדישן בחור, און וועט מסתּמא מיט אים חתונה האָבן. ער האָט מיר פֿאָרגעלייגט, אַז מיר זאָלן גרינדן אַ קלוב פֿאַר עלטערן ווי מיר, און עס אָנרופֿן ׳גיב מיר דאָס געלט צוריק׳.‟
נישט־וועלנדיק, האָב איך זיך צעלאַכט פֿון דער חכמה, נאָר גלײַכצײַטיק האָט עס מיך אַ שטאָך געטאָן אין האַרצן. איר חבֿר איז גערעכט — דאָס שיקן אַ קינד אין אַ ייִדישער טאָגשול און זומער־לאַגער במשך פֿון צוועלף יאָר קאָן אָפּקאָסטן צווישן 150,000$ און 300,000$. ייִדישע עלטערן זענען, אַוודאי, גערן צו באַצאָלן דעם פּרײַז, ווײַל זיי זעען עס ווי אַ מין גאַראַנטיע, אַז דאָס קינד וועט אויסוואַקסן אַן איבערגעגעבענער ייִד, וואָס דאָס נעמט אַרײַן דאָס חתונה האָבן מיט אַ צווייטן ייִד, און דערציִען ייִדישע קינדער. אָבער ווען דאָס קינד קלײַבט אויס אַ גאָר אַנדערן דרך, קען מען פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס בײַ די עלטערן, רופֿט עס אַרויס אַ געפֿיל פֿון געפּטרט געלט…
אָבער דער אמת איז, עס קאָנען אויך זײַן פּסיכאָלאָגישע סיבות, פֿאַר וואָס די צוויי קינדער פֿון איבערגעגעבענע ייִדישע משפּחות וואָלטן זיך פֿאַרליבט און חתונה געהאַט מיט נישט־ייִדן. אינעם פֿאַל פֿון אפֿרים, למשל, האָט אים אפֿשר געפּײַניקט דער פֿאַקט, וואָס זײַן טאַטע־מאַמע האָבן זיך געגט, און אַז ער האָט נישט געהאַט קיין ברידער אָדער שוועסטער מיט וועמען זיך אַראָפּצורעדן פֿון האַרצן. אפֿשר האָט זײַן חבֿרטע אַ גרויסע, גליקלעכע משפּחה, און ער פֿילט זיך דאָרט היימיש — אַ געפֿיל, וואָס האָט אים די אַלע יאָרן אויסגעפֿעלט.
דער „פֿאָרווערטס‟ האָט לעצטנס אָפּגעדרוקט אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל פֿון דזשאָרדאַנאַ האָרן, „ווער דאַרף אַ ייִדישע טאָגשול?‟(//yiddish.forward.com/articles/171731/who-says-you-need-day-school/), וווּ זי טענהט, אַז מע קען פּונקט אַזוי גוט דערציִען עכטע ייִדישע קינדער אָן אַ טאָגשול־דערציִונג, אויב די משפּחה פֿירט אַ ייִדישן לעבנס־שטייגער, ווײַל טאַטע־מאַמע זענען אָפֿט מאָל די בעסטע מוסטערן פֿאַר זייערע קינדער. זי דערציילט ווי זי און אירע דרײַ שוועסטער און ברידער האָבן זיך אַלע געלערנט אין עפֿנטלעכע שולן (און „בלויז‟ אין אַ ייִדישער נאָכמיטאָג־שול), אָבער האָבן פֿאָרט אַלע חתונה געהאַט מיט ייִדן, און אויסגעקליבן פּראָפֿעסיעס אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט.
ווען קינדער זעען וואָס פֿאַר אַ געטרײַע ייִדן זייערע עלטערן זענען, קאָן עס זיכער משפּיע זײַן אויף זיי, אַליין צו וועלן ממשיך זײַן די טראַדיציע. אָבער אַזוי ווי אין דער געשיכטע מיט אפֿרימען, איז דאָס אפֿשר נישט גענוג.
איך קען, למשל, צוויי בחורים פֿון אָרטאָדאָקסישע משפּחות, וועלכע זענען אַוודאי דערצויגן געוואָרן בלויז אין ייִדישע טאָגשולן און זומער־לאַגערן, אָבער זענען הײַנט ביידע אין גאַנצן נישט פֿרום, און גייען אַרויס מיט נישט־ייִדישע מיידלעך. אין די פֿאַלן האָבן די עלטערן געטאָן ווי האָרן פּריידיקט: דער טאַטע האָט געדאַוונט דרײַ מאָל אַ טאָג; מע האָט געמאַכט ברכות פֿאַר יעדן ביסן; מ׳איז אָפֿט געפֿאָרן קיין ישׂראל.
נאָר וואָס דען? אין ביידע משפּחות, איז דער טאַטע זעלטן געווען אין דער היים. ביידע האָבן געאַרבעט אין פֿירמעס, וואָס געפֿינען זיך הונדערטער מײַל אַוועק, פֿלעגן זיי דערפֿאַר אַהיימקומען נאָר אין די סוף־וואָכן. פּסיכאָלאָגישע שטודיעס האָבן נישט איין מאָל באַוויזן, אַז אַ ייִנגל צווישן 10 און 16 יאָר נייטיקט זיך שטאַרק אין אַ טאַטן, כּדי צו וויסן וואָס פֿאַר אַ מאַן ער זאָל אַליין ווערן. דאָס מיינט נישט, אַוודאַי, אַז יעדער ייִדישער בחור, וואָס זײַן טאַטע איז זעלטן אין דער היים, וועט אויסקלײַבן אַ נישט־ייִדיש מיידל. אויב דער בחור האָט אַן עלטערער ברודער, פֿעטער אָדער זיידע, וואָס פֿאַרברענגט צײַט מיט אים און פֿאַר וועמען ער קען זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרצן, איז דאָס אויך גוט. די פֿראַגע איז: האָבן די צוויי בחורים געהאַט אַזאַ „במקום‟ טאַטע? מסתּמא נישט.
די פּעדאַגאָגישע שטודיעס וואָס רעדן אַרום די וויכטיקייט פֿון ייִדישע טאָגשולן, זומער־לאַגערן, און — ווי האָרן דערמאָנט — אַן איבערגעגעבן ייִדישלעך משפּחה־לעבן, וואָלטן אויך געדאַרפֿט נעמען אין אַכט דעם ריין־פּערזענלעכן פֿאַקטאָר: נישט בלויז אַז די עלטערן זאָלן ווײַזן די קינדער די ייִדישע טראַדיציעס און אַרומרעדן ייִדישע טעמעס, אָבער אויך, אַז זייערע איבערלעבונגען מיט די קינדער זאָלן זײַן באַגלייט מיט וואַרעמקייט, מיט סענסיטיווקייט, און אָפֿנהאַרציקייט. אויב דער טאַטע (ְאָדער מאַמע) איז זעלטן אין דער היים, דאַרף דאָס קינד פֿילן, אַז עס קען אויסדריקן זײַן אַנטוישונג אָדער פֿרוסטרירונג, אָדער אין מער קאָמפּליצירטע פֿאַלן, גיין אַפֿילו אויף משפּחה־טעראַפּיע צוזאַמען, כּדי צו דערמעגלעכן אַן אויסבײַט פֿון געפֿילן, און דערבײַ דערנענטערן די משפּחה־מיטגלידער איינער צום צווייטן.
אַ ייִדישלעך משפּחה־לעבן איז טאַקע וויכטיק, אָבער אָן אַ טיפֿער, פּערזענלעכער און פּאָזיטיווער פֿאַרבינדונג צווישן די עלטערן און די קינדער, וועלן מיר זען אַלץ מער ייִדישע קינדער אויף פֿרעמדע דרכים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.