דער אַסיר נומער 174517 אין אוישוויץ האָט געזען כּסדר דעם זעלבן קאָשמאַר. ער האָט געחלומט, אַז ער האָט זיך געראַטעוועט פֿונעם קאָנצענראַציע-לאַגער, זיך אומגעקערט אַהיים און דערציילט זײַן משפּחה וועגן זײַנע איבערלעבענישן; קיינער האָט זיך, אָבער, נישט צוגעהערט צו זײַנע דערציילונגען.
מיט 25 יאָר צוריק, איז דער דאָזיקער געוועזענער אַסיר געשטאָרבן. מעגלעך, האָט ער זיך גענומען דאָס לעבן. דאָס איז געווען פּרימאָ לוי — דער איטאַליענישער ייִדישער שרײַבער, וועלכער האָט זיך אַקטיוו באַטייליקט אינעם פּאַרטיזאַנישן אויפֿשטאַנד קעגן די נאַציס. איצט איז מיט אים פֿאָרגעקומען אַ פֿאַרקערטע מעשׂה: עמעצער האָט יאָ אויסגעהערט זײַנע דערציילונגען, אָבער דערהערט בלויז דאָס, וואָס ער האָט געוואָלט דערהערן.
דער היסטאָריקער סערגיאָ לוצאַטאָ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך מיטן נאָמען „פּאַרטיזאַנער‟ („Partigia‟), וואָס האָט אַרויסגערופֿט אַ כוואַליע פֿון קאָנטראָווערסיע אַרום לוי אין איטאַליע. אַ דאַנק אַזעלכע ווערק, זענען די יונגע איטאַליענער געוווירט געוואָרן, אַז די פּאַרטיזאַנער זענען געווען לאַוו-דווקא גרויסע צדיקים און האָבן געהאַט נישט ווייניקער חסרונות ווי, למשל, די פֿראַנצויזישע אויפֿשטאַנד-באַוועגונג.
אַן אַנדער לייטמאָטיוו איז לוצאַטאָס בוך, וועלכער האָט צו טאָן מיט לויס ביאָגראַפֿיע, זעט אָבער אויס ווי אַ פּערזענלעכע אָבצעסיע פֿונעם מחבר. ער פֿאָקוסירט זיך אויפֿן סתּירותדיקן טויט פֿון צוויי יונגע פּאַרטיזאַנער, פֿולוויאָ אָפּעזאָ און לוטשיאַנאָ זאַלבאַלדאַנאָ. לוצאַטאָס חידוש באַשטייט אין דעם, וואָס ער אַנטפּלעקט די נעמען פֿון די אומגעקומענע. די עצם-מעשׂה איז אָבער קיינמאָל נישט געווען קיין גרויסער סוד.
די היסטאָריקער האָבן שוין לאַנג געוווּסט, אַז לויס גרופּע האָט דערהרגעט צוויי יונגע מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיזאַנישער באַוועגונג צוליב אַ פֿאַרדעכטיקונג אין מסירה. אין איר ביאָגראַפֿיע, פֿונעם יאָר 1999, האָט מרים אַניסימאָוו דערציילט וועגן דעם דאָזיקן „ליקווידאַציע‟-עפּיזאָד. זי האָט אויסגעפֿרעגט אַן אויפֿשטאַנד-פֿירער, מיטן נאָמען גווידאָ באַטשי, וועלכער האָט איבערגעגעבן, אַז די דערמאָנטע יונגע פּאַרטיזאַנער פֿלעגן גנבֿענען בײַ די אָרטיקע פּויערים און נישט געפֿאָלגט זײַנע באַפֿעלן.
אַן אַנדער פּאַרטיזאַנער האָט יאָ פֿאַרראַט לויס גרופּע. ממילא, האָבן זיי באַשלאָסן, אַז די יונגע-לײַט האָבן אויך קאָאָפּערירט מיט די פֿאַשיסטן. לוי אַליין האָט קיינמאָל נישט געמאַכט אַ סוד פֿונעם דאָזיקן סתּירותדיקן אינצידענט, הגם ער האָט דערציילט וועגן דעם אין זײַנע ווערק אויף אַן אופֿן, וואָס דערמעגלעכט די לייענער צו גלייבן במשך פֿון 40 יאָר, אַז די פּאַרטיזאַנער זענען געווען אידעאַליזירטע צדיקים.
לוצאַטאָס בוך שפּיגלט אָפּ די הײַנטיקע מאָדע צו שאַפֿן סענסאַציעס דורך רעוויזיאָניסטישע פֿאָרשונגען. אַנשטאָט צו דערהייבן די פּאַרטיזאַנער, פֿאַרוואַנדלט ער זיי אין נידערטרעכטיקע רשעים. דערצו, מישט דער מחבר אויס לויס באַטייליקונג אין דער אויפֿשטאַנד-באַוועגונג, אויף אַ סתּירותדיקן אופֿן, מיט זײַן קאָנצעפּציע פֿון דער „גרויער זאָנע‟ אין אוישוויץ.
סוף-כּל-סוף, אָבער, וועט דאָס נײַע בוך אונדז דערמאָנען, אַז לוי פּרימאָ האָט קיינמאָל נישט געשטרעבט זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ צדיק. אַדרבה, לוצאַטאָס בוך דערמאָנט אונדז ווידער, וואָס ס׳מיינט צו זײַן אַ מענטש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.