אין אויגוסט 1963, האָט דזשעסיקאַ מיטפֿאָרד פֿאַרעפֿנטלעכט איר בוך „דער אַמעריקאַנער וועג צום טויט‟ („The American Way of Death‟). די ערשטע אויסגאַבע איז מאָמענטאַל אויספֿאַרקויפֿט געוואָרן און געבליבן במשך פֿון עטלעכע וואָכן אויבן-אָן אין דער רשימה פֿון „בעסטסעלער‟.
מיטפֿאָרד האָט געשעפּט אינספּיראַציע פֿון איר מאַן, אַ ראַדיקאַלער ייִדישער אַרבעטער-אַדוואָקאַט מיטן נאָמען ראָבערט טרויהאַפֿט. פֿאַקטיש, איז ער געווען איר אַנאָנימער מיטשרײַבער. די מחברין האָט, מיט איר בריטישער שאַרפֿער איראָניע, קריטיקירט די אַמעריקאַנער קבֿורה-אינדוסטריע פֿאַר דעם, ווי אירע פֿאָרשטייער עקספּלואַטירן די אָרעמע משפּחות, צווינגענדיק זיי צו באַצאָלן פֿאַר אַזעלכע איבעריקע הוצאות, ווי טײַערע באַצירטע אַרונות, וווּ מע לייגט אַרײַן דעם שיין אָנבאַלזאַמירטן מת.
וואָס קאָנען מיר אָפּלערנען פֿון מיטפֿאָרדס בוך איצט, מיט פֿופֿציק יאָר שפּעטער? די גמרא זאָגט, אַז די חז״ל זענען געווען אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס אָרעמע מענטשן האָבן זיך געשעמט מקבֿר צו זײַן זייערע קרובֿים אין פּשוטע אַרונות און האָבן געמוזט צודעקן די פּנימער פֿון די אויסגעהונגערטע טויטע. דערפֿאַר, זאָגט אונדז די גמרא, האָבן די חכמים געפּסקנט, אַז אַלע אַרונות מוז מען מאַכן פּשוט און אַלע פּנימער צודעקן, לכּבֿוד די אָרעמע-לײַט.
אַזוי פֿלעגן ייִדן טאָן במשך פֿון דורות. אָנהייבנדיק פֿון דער השׂכּלה-תּקופֿה, אָבער, האָבן אַ טייל ייִדישע קהילות אײַנגעפֿירט נײַע מינהגים. אַלץ מער ייִדן האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער טראַדיציאָנעלער חבֿרה-קדישא. דער באַקאַנטער היסטאָריקער און ייִדיש-פֿאָרשער דוד ראָסקעס האָט באַמערקט, אַז אַפֿילו אַסימילירטע ייִדן, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט אַלע אַנדערע טראַדיציעס, פֿלעגן מיט גרויס עקשנות אָפּהיטן די אַלטע קבֿורה-ריטואַלן. אין אַמעריקע, אָבער, האָט דער מצבֿ זיך געביטן.
אין זײַן עסיי וועגן דער „קונסט פֿון קבֿורה‟, דערציילט ראָסקעס, ווי די וועלטלעכע ייִדישע סאָציאַליסטן האָבן געביטן דעם טראַדיציאָנעלן מינהג. ער דערמאָנט, ווי אינעם אַלטן בנין פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ פֿלעגט מען אַרויסשטעלן די חשובֿע טויטע במשך פֿון אַ גאַנצן טאָג פֿאַר דער לוויה.
די אַמאָליקע ייִדישע סאָציאַליסטן האָבן זיך, אַוודאי, געזאָרגט וועגן די אָרעמע-לײַט. די נײַע וועלטלעכע קבֿורה-מינהגים האָבן, אָבער, אויך גורם געווען דאָס, וואָס אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן האָבן פֿאַרגעסן די דערמאָנטע מעשׂה פֿון דער גמרא און האָבן אײַנגעפֿירט די קאַפּיטאַליסטישע קבֿורה־אינדוסטריע.
ווען מיטפֿאָרדס בוך איז אַרויס, האָבן טרויהאַפֿט און אַנדערע אַקטיוויסטן געשאַפֿן אַ ספּעציעלע באַוועגונג, כּדי אָפּצושטעלן די דאָזיקע פּראַקטיק און אַראָפּצוברענגען די פּרײַזן פֿון לוויות. אין יענער צײַט, האָבן זיי אָבער פֿאָרגעלייגט אַן אומטראַדיציאָנעלע עצה: צו קרעמירן די מתים.
לעצטנס, האָבן אַ צאָל אַקטיוויסטן-גרופּעס אין אַמעריקע אָנגעהויבן צו טענהן, אַז דווקא די פּשוטע טראַדיציאָנעלע קבֿורה איז די בעסטע עצה — סײַ וואָס שייך די הוצאות, סײַ וואָס שײַך דער נאַטור-סבֿיבֿה. מיט צוויי יאָר צוריק, האָבן דזשאָשואַ סלאָקום און ליסאַ קאַרלסאָן פּובליקירט אַ נײַֿ בוך וועגן דעם, אויפֿן סמך פֿון מיטפֿאָרדס קריטיק. אין די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילות פֿאַרשפּרייט זיך איצט אַ באַוועגונג אויפֿצולעבן די אַלטע סיסטעם פֿון פּשוטע לוויות מיט חבֿרה-קדישאס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.