אינעם נײַעם פֿילם „דער יונגער בחור פֿון בראַזאַוויל‟ (“The Brazzaville Teen-ager”), טרעט מײַקל סעראַ אויף סײַ ווי אַן אַקטיאָר, סײַ ווי אַ רעזשיסאָר. דער סוזשעט איז באַגרינדעט אויפֿן לעבן פֿון בריוס דזשיי פֿרידמאַן — דער אַמעריקאַנער ייִדישער שרײַבער, וועלכער איז צום מערסטן באַקאַנט מיט זײַן ראָמאַן „סטערן‟ („Stern‟).
דער סיפּור־המעשׂה איז גאַנץ פּשוט. דער טאַטע פֿונעם יונגן גאַנטער (סעראַ) ליגט אין שפּיטאָל. דער זון גלייבט, אַז זײַן פֿאָטער האַלט בײַם שטאַרבן, און האָפֿט, אַז ער קאָן אים ראַטעווען, אויב ער וועט קאָנען איבערצײַגן דעם טאַטנס אַרבעט-פֿאַרוואַלטער אויפֿצוטרעטן מיט אַ געוויס ליד.
פֿרידמאַן מײַדט כּסדר אויס אַ סך פּרטים אין זײַן ראָמאַן, כּדי די לייענער אַליין זאָלן זיך חידושן, פֿאַרוואָס גאַנטער האָט זיך דערטראַכט צו אַזאַ עצה. ס׳איז אַ דערציילונג פֿאַרן מוח, נישט פֿאַר די אויגן אָדער אויערן. הגם אַ האַלבער ראָמאַן איז געווידמעט דעם פֿאַרוואַלטער, דערוויסן מיר זיך גאָרנישט, ווי אַזוי ער זעט אויס.
סעראַ באַאַרבעט פֿרידמאַנס ראָמאַן אויף אַ גאַנץ שעפֿערישן אופֿן. דער פֿילם איז פּרעכטיק צונויפֿגעשטעלט און פֿאַרשאַפֿט אַן עסטעטישן פֿאַרגעניגן. עס ווילט זיך צו פֿרעגן: וואָס נאָך קאָן דער רעזשיסאָר שאַפֿן? ביז איצט, איז סעראַ געווען באַקאַנט נאָר ווי אַן אַקטיאָר.
דער גײַסט פֿון פֿרידמאַנס ראָמאַן שפּיגלט זיך אָפּ אינעם פֿילם. צום גרויסן חידוש, זעט דער פֿאַרוואַלטער אויס ווי דער רעזשיסאָר און מוזיקער דייוויד לינטש, אָנגעטאָן אין אַ שוואַרצן קאָסטיום מיט אַ ווײַס העמד, אָן קיין האַלדזטוך. הגם מיר זעען דעם מיסטעריעזן פּערסאָנאַזש פֿונעם ראָמאַן אויפֿן עקראַן, טראָגט זײַן אויסזען נאָך אַלץ אַן אויסטערלישן טעם.
סעראַ גיט אונדז צו וויסן, אַז ער האָט ליב, אַזוי ווי לינטש, משונהדיקע און רעטענישפֿולע סצענעס. קוקט סעראַס קורצן פֿילם:
עדגאַר רײַטס פֿילם „סקאָט פּילגרים קעגן דער וועלט‟ („Scott Pilgrim vs. the World‟), געשאַפֿן אינעם יאָר 2010, איז געווען אַ סענסאַציע. סעראַ, דער יונגער קאַנאַדישער אַקטיאָר, האָט דאָרטן געשפּילט די הויפּט-ראָלע. דער דאָזיקער פֿילם איז געוואָרן אַ סימן פֿון אַ נײַער תּקופֿה אין קינעמאַטאָגראַפֿיע; „האָליוווּד‟ האָט אָנגעהויבן פּרוּוון צו באַהערשן נײַע, אומבאַקאַנטע פֿעלדער און פּראָדוצירן אַזעלכע סצענאַרן, וואָס זעען אינגאַנצן נישט אויס ווי עפּעס, וואָס האָט אַפֿילו אַ ווײַטן שאַנס צו ווערן אַ „בלאָקבאַסטער‟.
נישט אַלץ אין סעראַס פֿילם איז אַזוי אײַ־אײַ־אײַ, בפֿרט די לעצטע סצענע. זײַנע פֿאַרשיידענע דערפֿאָלגרײַכע המצאות רופֿן אָבער אַרויס אַ האָפֿענונג, אַז דער יונגער רעזשיסאָר וועט ווײַטער שאַפֿן אייגענע פֿילמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.