בײַם אָנהייב, איז די נײַע ישׂראלדיקע טעלעוויזיע-פּראָגראַם געשאַפֿן געוואָרן ווי אַ מוסטער פֿון „גלאַמור‟ און מאָדע. אינעם צווייטן עפּיזאָד פֿונעם צווייטן סעזאָן, איז אָבער פּלוצעם געשען אַ טראַגעדיע: בײַ איינער פֿון די העלדינס איז דער מאַן געשטאָרבן פֿון אַן אינפֿאַרקט.
די פֿינף שטערנס פֿון דער פּראָגראַם „מעושרות‟, אַן ישׂראלדיקע ווערסיע פֿון די אַמעריקאַנער „רעאַלע הויז-בעלי-ביתטעס‟ („Real Housewives‟) האָבן באַהאַנדלט דאָס דאָזיקע געשעעניש אויף אַן אייגענעם שטייגער. איינע פֿון זיי האָט געפּרוּווט אײַנצוהאַלטן אירע געפֿילן וועגן טויט; די אַנדערע האָט אָפּגעבאַקן אַ קוכן פֿאַר דער שיבֿעה.
דזשעניפֿער סנוקעל, וועלכע האָט פֿאַרלוירן איר מאַן, האָט באַהאַנדלט די סיטואַציע אַנדערש. זי האָט באַשלאָסן זיך צו פֿאָטאָגראַפֿירן אויפֿן אַןַ אופֿן, זי זאָל אויסזען סעקסועל, אָבער גענוג באַשיידן. בײַם אָנהייב, האָט זי אָנגעטאָן אַ ראָזעווע וואַנע-כאַלאַט; דערנאָך, האָט זי צוגעדעקט איר נאַקעטן גוף מיט אַ לײַלעך און זיך פֿאָטאָגראַפֿירט אויף אַ סאָפֿע.
סנוקעל האָט דערקלערט אויף דער טעלעוויזיע, אַז „מע מוז באַטראַכטן יעדן טאָג ווי דעם לעצטן‟, דערפֿאַר האָט זי געוואָלט ווײַזן זיך אַליין, נאָך איר מאַנס טויט, ווי אַזוי זי האָט זיך געביטן נאָך דער צײַט, ווען זי איז געווען „דאָס דיקסטע און מיאוסטע מיידל אויף דער וועלט‟.
די 38־יאָריקע סנוקעל איז די איינציקע אַמעריקאַנערין אין דעם נײַעם „רעאַליטי־שאָו‟, וואָס ווערט געוויזן אויפֿן ישׂראלדיקן 10טן קאַנאַל. דער נאָמען פֿון דער פּראָגראַם, „מעושרות‟, מיינט אויף העברעיִש „רײַכע פֿרויען‟. סנוקעל איז די בעלי-ביתטע פֿון אַ רײַכער מאָדע-קראָם אין ראשון-לציון, נישט ווײַט פֿון תּל-אָבֿיבֿ. אין איר אינטערוויו, האָט זי דערציילט דער ייִט״אַ, אַז אירע קינדער, ווי זי גלייבט, שטאָלצירן מיט איר און פֿאַרשטייען, פֿאַרוואָס זי טוט עס. ווען אַלע זייערע שול-חבֿרים האָבן געזאָגט, אַז „אוי, מע האָט געוויזן אײַער מאַמע נאַקעט אויף דער טעלעוויזיע‟, האָט זי געלאָזט אירע קינדער צו זען דעם עפּיזאָד.
אַלע פֿינף באַטייליקטע פֿרויען פֿירן זייער אַ רײַכן לעבנס-שטייגער. איינע פֿון זיי האָט געטענהט, אַז אַפֿילו אין דער רײַכסטער ישׂראלדיקער פֿאָרשטאָט האָט זי נישט געקאָנט געפֿינען אַ גענוג-גרויס הויז. „אַפֿילו מענטשן אין עזה וואָלטן נישט געוואָלט וווינען אין אַזעלכע קעסטלעך‟, האָט זי זיך באַקלאָגט. די אַנדערע האָט דערציילט, אַז זי טראַכט זיך צו גטן, פֿאַרווײַלנדיק זיך אין אַ לוקסוס-מיקווה, וואָס דערמאָנט גיכער אַ „ספּאַ‟. אַזעלכע סצענעס גיבן צו דער פּראָגראַם אַ ספּעציפֿישן ישׂראלדיקן טעם.
סנוקעל האָט פֿינף קינדער פֿון צוויי פֿריִערדיקע חתונות. זי פּאַסט זיך, אין דער אמתן, נישט אַרײַן אין דער פּראָגראַם, ווײַל איר דריטער מאַן איז געשטאָרבן. דערצו, זיצט זי זעלטן אין דער היים. „איך בין אַנדערש ווי די אַנדערע פֿיר פֿרויען‟, האָט זי געזאָגט דער ייִט״אַ, ווײַל זי נעמט גאָרנישט צום האַרצן, אָבער פּרוּווט צו זײַן מיט אַלעמען אין פֿרײַנטלעכע באַציִונגען, „אַפֿילו מיט אַ בוים‟.
סנוקעל שטאַמט פֿון קאַלגאַרי, שטאַט אַלבערטע. ווען זי איז געווען 18 יאָר אַלט, האָט זי זיך באַזעצט אין לאָס-אַנדזשעלעס. בײַ 23 יאָר, איז זי געוואָרן אַ מיליאָנערשע, אַ דאַנק איר געוועזענעם ישׂראלדיקן מאַן, וועלכע האָט אָנגעפֿירט מיט אַ פֿירמע. מיט זעקס יאָר צוריק, זענען זיי אַוועקגעפֿאָרן פֿון אַמעריקע קיין ישׂראל און זיך באַלד געגט, בלײַבנדיק נאָענטע געשעפֿט-שותּפֿים.
די אַמעריקאַנער געבוירענער גבֿירטע קאָן זיך אָבער נאָך אַלץ נישט צוגעוווינען צום ישׂראלדיקן לעבן. זי האָט זיך באַקלאָגט דער ייִט״אַ וועגן דער מענטאַליטעט פֿון די ישׂראלים און גייט כּסדר אַריבער פֿון העברעיִש אויף ענגליש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.