צומאָל, ווערן מיר אַזוי שטאַרק צוגעוווינט צו געוויסע באַקאַנטע מעשׂיות, ווי אַן אינטעגראַלער טייל פֿון אונדזער קולטור, אַז די קינסטלער מוזן זיי פֿאַר אונדז אויפֿלעבן דורך חידושדיקע אינטערפּרעטאַציעס.
אינעם מאַנהעטענער „מוזיי פֿון ביבלישער קונסט‟ קומט איצט פֿאָר אַ קונסט-אויסשטעלונג, וואָס הייסט „ווי אַ סוביעקט און אָביעקט: הײַנטצײַטיקע בוך-קינסטלער אַנטפּלעקן די הייליקע העברעיִשע טעקסטן‟, וווּ די יסודותדיקע ייִדישע מעשׂיות פֿון תּנ״ך זענען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין מאָדערנע קונסט-ווערק. די אויסשטעלונג, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט מער ווי אַ טוץ קינסטלער, וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 29סטן סעפּטעמבער.
אין דער אמתן, איז דער נאָמען פֿון דער אויסשטעלונג נישט אינגאַנצן ריכטיק. נישט אַלע ווערק זענען געשאַפֿן געוואָרן דורך „בוך-קינסטלער‟. גענויער צו זאָגן, זענען אַלע שאַפֿער באַגײַסטערט געוואָרן פֿון די תּנ״כישע מעשׂים, וואָס שטאַמען טאַקע פֿון הייליקע ספֿרים. ווי אַ רעזולטאַט, האָבן אַ טייל פֿון זיי געשאַפֿן אַ נײַ בוך אָדער אויסגענוצט אַ תּנ״כישע מעשׂה ווי אַן אָנהייב-פּונקט פֿון זייער שאַפֿונג.
די אויסשטעלונג איז אײַנגעשטעלט פֿון צוויי קאַטעגאָריעס: סוביעקט און אָביעקט. די סוביעקטן זענען די אינטערפּרעטאַציעס פֿון תּנ״כישע מעשׂיות, און די אָביעקטן זענען די קונסט-ווערק, באַגרינדעט אויף די סימבאָלן פֿונעם אוראַלטן העברעיִשן טעקסט. נישט אַלעמאָל איז דער חילוק אָבער קלאָר. למשל, דער קינסטלער יעקבֿ אלחנני האָט געשאַפֿן וווּנדערלעכע מיקראָגראַפֿישע ווערסיעס פֿון די טעקסטן; דרײַ פֿון זיי געפֿינען זיך אין דער קאַטעגאָריע פֿון „סוביעקטן‟. פֿאַרוואָס זאָל מען, אָבער, נישט זאָגן, אַז זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר אייגנאַרטיקע קונסט-ווערק?
פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿאָקוסירן זיך אַזעלכע ווערק, ווי ציונה בנימינס באַצירטע מגילת-אסתּר, דווקא אויפֿן תּוכן פֿון דער פּורים-מעשׂה. בנימין איז אויפֿגעוואַקסטן אין אינדיע צווישן הינדוסן און מוסולמענער; איר קונסט-סטיל דערמאָנט אין די פּערסישע און אינדישע מיניאַטורן.
דאָס ווערק פֿון דער דרום־אַפֿריקאַנער קינסטלערין ראָבין עמי סילווערבערג, מיטן נאָמען „עמאַנדולאָ ווידער־באַשאַפֿונג‟, ווײַזט, ווי די תּנ״כישע מעשׂיות בלײַבן פּאָפּולער אין דער וועלט. דאָס וואָרט „עמאַנדולאָ‟ מיינט „בראשית‟ אויף דער זולו-שפּראַך. סילווערבערג האָט צונויפֿגערופֿן 21 קינסטלער אין יאָהאַנעסבורג, און געבעטן זיי אויסצומאָלן זייערע אינטערפּרעטאַציעס פֿון דער מעשׂה וועגן דער באַשאַפֿונג פֿון דער מענטשהייט. ס׳רובֿ באַטייליקטע קינסטלער האָט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים געשילדערט דאָס באַקאַנטע פּאָרפֿאָלק: אָדם און חוה.
סילווערבערגס קונסט-קאָמפּאָזיציע זעט אָבער אויס אומגעוויינטלעך פֿונעם מערבֿדיקן ייִדישן אָדער קריסטלעכן קוקווינקל. אַ טייל פֿיגורן פֿונעם ערשטן מענטשלעכן פּאָרפֿאָלק טראָגן דעם פּראָוואָקאַטיוון טעם פֿון דער מאָדערנער דרום-אַפֿריקאַנער קונסט. צום באַדויערן, קאָנען די באַזוכער פֿונעם מוזיי אָפּשאַצן בלויז עטלעכע זײַטן פֿון סילווערבערגס בוך; די אַנדערע ווערן בלויז גיך געבלעטערט אויף אַ ווידעאָ-עקראַן.
אַן אַנדער באַקאַנט ווערק אויף דער הײַנטיקער אויסשטעלונג איז אַרטשי גרנותס באַרימטע „אויסגעשערטע הגדה‟, וואָס באַשטייט פֿון 55 פּאַפּיר-זײַטן מיט מײַסטעריש-אויסגעשניטענע קונסט-סצענעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.