קלאַודיאַ קלימעק, אַן אַקטיוויסטקע אין דער ייִדישער קהילה אין קראָקע, איז נישט געווען צופֿרידן פֿון די אַרטיקלען, וואָס זי האָט געלייענט אין דער אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקער פּרעסע וועגן די ייִדן אין אייראָפּע.
„צום באַדויערן, זענען אַ סך פֿון זיי געווען פֿול מיט סטערעאָטיפּן און אומפּינקטלעכקייטן, ווײַל די זשורנאַליסטן פֿאַרשטייען בכלל נישט די קהילות וועגן וועלכע זיי שרײַבן,‟ האָט קלימעק דערקלערט לעצטנס, בעת אַ ייִדישער זשורנאַליסטן־קאָנפֿערענץ אין סיִאַטל, וואַשינגטאָן. אָבער אַנשטאָט בלויז צו קריטיקירן די צײַטונגען, האָט קלימעק אויך עפּעס געטאָן וועגן דעם: מיט צוויי יאָר צוריק האָט זי געשאַפֿן אַן אייראָפּעיִש־ייִדישע נײַעס־אַגענטור, Jewrnalism, וואָס זאָל איבערגעבן, דורך אַרטיקלען, ווידעאָס און פֿאָטאָגראַפֿיעס די קולטורעלע און פּאָליטישע נײַעס פֿון די ייִדן אין די אייראָפּעיִשע לענדער, און דווקא אויף ענגליש, כּדי מענטשן איבער דער וועלט זאָלן עס קענען לייענען און באַקומען אַ מער דערגאַנצט בילד פֿון דער געזעלשאַפֿט.
Jewrnalism איז געגרינדעט געוואָרן מיט צוויי יאָר צוריק, בעת קלימעק האָט זיך באַטייליקט אינעם Project Incubator — אַ צוויי־וואָכיקע פּראָגראַם פֿון „פּיידיאַ‟, אַ ייִדישע לערן־אינסטיטוציע אין שוועדן, וואָס מוטיקט און שטיצט אינאָוואַטיווע פּראָיעקטן פֿאַר די ייִדן אין אייראָפּע. הגם Jewrnalism באַקומט הײַנט פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון דער „נתן־פֿונדאַציע‟ אין ניו־יאָרק, איז דאָס געלט נישט גענוג צו באַצאָלן די זשורנאַליסטן פֿאַר זייער אַרבעט.
„דערפֿאַר באַמיִען מיר זיך, ווי ווײַט מעגלעך, צו געבן אונדזערע בעסטע זשורנאַליסטן ספּעציעלע פּריזן,‟ האָט קלימעק דערקלערט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. דאָס יאָר האָט זי מיטגעבראַכט זעקס פֿון זיי קיין וואַשינגטאָן צו אַ קאָנפֿערענץ פֿונעם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָנגרעס‟, און אויב ס׳איז מעגלעך, סובסידירט זי זייערע נסיעות, ווען זיי שרײַבן וועגן אַנדערע לענדער אין אייראָפּע.
הײַנט שרײַבן פֿאַר דער אַגענטור מער ווי 20 יונגע זשורנאַליסטן פֿון פּוילן, אונגערן, עסטרײַך און ענגלאַנד. צוליב דעם וואָס Jewrnalism איז אַן אומאָפּהעגניקע אָרגאַניזאַציע, זענען די זשורנאַליסטן פֿרײַ צו שרײַבן אויף די טעמעס, וואָס זענען נישט אַזוי פּאָפּולער.
איין אַרטיקל וואָס האָט לעצטנס אַרויסגערופֿן אַ ממשותדיקן אָפּרוף, איז געווען פֿאַרבונדן מיטן נײַעם געזעץ צו פֿאַרווערן כּשרע שחיטה אין פּוילן. דער שרײַבער פֿונעם אַרטיקל, פּאַוועל פּוסטעלניק, האָט ציטירט ד״ר יאַן האַרטמאַן, אַ ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע־פּראָפֿעסאָר אינעם „יאַגיעלאָנישן אוניווערסיטעט‟ אין קראָקע, וועלכער האָט שאַרף קריטיקירט די ייִדישע פֿירער און די פּרעסע אין אַמעריקע און ישׂראל, וועלכע האָבן געטענהט, אַז דאָס געזעץ איז „נאָך אַ סימן‟ פֿונעם פּוילישן אַנטיסעמיטיזם. די Jerusalem Post, למשל, האָט עס פֿאַרגליכן מיט די אַקציעס פֿון די נאַציס אין 1939.
קלימעק האָט אויסגעדריקט אַן ענלעכע מיינונג. „די קאָמוניקאַציע צווישן די פּוילישע ייִדן און דעם פּאַרלאַמענט איז גענוג שווער אָן דעם,‟ האָט קלימעק באַמערקט.
רעדנדיק וועגן דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער רעאַקציע צו דעם שחיטה־פֿאַרווער, האָט האַרטמאַן באַמערקט: „די ייִדן און די מוסולמענער האָבן טאַקע דאָס רעכט צו פֿאָלגן זייערע מנהגים, אָבער דער ציל דאָ איז געווען אָפּצושטעלן די אינדוסטריע פֿון הרגענען די חיות אויף אַן אַכזריותדיקן אופֿן. דאָס געלט וואָס קומט אַרײַן פֿון אַזאַ געשעפֿט טאָר נישט זײַן קיין סיבה עס אָנצוהאַלטן.‟
„ווי איך פֿאַרשטיי, ווערן די חיות הײַנט געשאָכטן דורך מאַשינען אין פֿאַבריקן, נישט דורך שוחטים, און קיין ברכות ווערן אויך נישט געמאַכט,‟ האָט קלימעק געזאָגט. „דערצו איז דער מאַרק פֿאַר כּשרער שחיטה אַזוי קליין, אַז ס׳ווערט פֿאַרשטענדלעך, פֿאַר וואָס דער פּאַרלאַמענט איז גרייט עס אָפּצושאַפֿן.‟
דערווײַל האָט דער פּאַרלאַמענט סײַ־ווי אָנגעהויבן פֿאַרהאַנדלונגען וועגן אַ נײַעם געזעץ צו דערלויבן דאָס פּריוואַטע שעכטן פֿון חיות, דורך פּראָפֿעסיאָנעלע שוחטים, האָט קלימעק צוגעגעבן. „דאָס איז אָבער אַן ענין, וואָס די אויסלענדישע פּרעסע האָט בכלל נישט דערמאָנט, ווײַל זיי האָבן עס בלויז פֿאַרשטאַנען ווי אַן אַקט פֿון אַנטעסעמעטיזם.‟
איִען שולמאַן, אַ 22־יאָריקער ייִד פֿון דניעפּאָפּאָטראָסק, אוקראַיִנע, שרײַבט קולטורעלע אַרטיקלען פֿאַר Jewrnalism. „אַ סך מענטשן מיינען, אַז ס׳איז מער נישטאָ קיין ייִדישע קולטור־לעבן אין אייראָפּע, אַז ס׳איז בלויז אַ מוזיי פֿון דער פֿאַר־מלחמהדיקער ייִדישער געשיכטע,‟ האָט ער געזאָגט. נאָכן אָפּדרוקן אַן אַרטיקל וועגן אַ קלעזמער־פֿעסטיוואַל, למשל, האָט איין לייענער טאַקע באַמערקט: „מיר האָט זיך געדאַכט, אַז קלעזמער־מוזיק שפּילט מען הײַנט בלויז אויף קליינע שׂימחות פֿון 80־יאָריקע מענטשן.‟
דעם פֿאַרגאַנגענעם אַפּריל האָט Jewrnalism אָפּגעדרוקט שולמאַנס אינטערוויו מיט ד״ר טאָמאַס סאָקסבערגער, אַ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור. דורך דעם אינטערוויו דערוויסט מען זיך, אַז סאָקסבערגער איז נישט בלויז אַן אַקאַדעמיקער פֿון ייִדיש־שטודיעס, אָבער האָט אויך שטאַרק ליב די ייִדישע שפּראַך, און שרײַבט אַפֿילו פּאָעזיע אויף ייִדיש. דער אַרטיקל נעמט טאַקע אַרײַן איינע פֿון סאָקסבערגערס פּאָעמעס, „לידער וואָס שטאַרבן יונגערהייט‟ — סײַ אינעם ייִדישן אָריגינאַל, סײַ מיט דער ענגלישער איבערזעצונג //www.jewrnalism.com/news/item/190-yiddish-yesterday-today-and-tomorrow-interview-with-thomas-soxberger. אַזאַ זאַך זעט מען זעלטן אין דער אַנגלאָ־ייִדישער פּרעסע.
„מיר איז אינטערעסאַנט נישט בלויז וואָס איז געשען אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, נאָר אויך צו ווײַזן אַלטע זאַכן פֿון אַ נײַעם קוקווינקל,‟ האָט שולמאַן געזאָגט.
איין נעגאַטיוו־געשטימטער אַרטיקל, טאַקע פֿון קלימעק אַליין, וועגן דעם באַקאַנטן „מאַרש פֿון די לעבעדיקע‟, האָט באַשריבן דעם אומפּאַסיקן אויפֿפֿיר פֿון די יונגע באַטייליקטע אין אוישוויץ, און דעם אומדרך־ארצדיקן אופֿן ווי מע האָט זיך באַצויגן צו די פּוילישע באַטייליקטע, און אַפֿילו צו די לעבן־געבליבענע עלטערע לײַט, וואָס ווערן פֿאַרבעטן צו קומען, אָבער דערנאָך לאָזט מען זיי דאָרט איבער אַליין, אַנשטאָט צו אַראַנזשירן אַן אופֿן, ווי אַזוי זיי קענען אַהיימפֿאָרן.
דער אַרטיקל האָט אַזוי באַזאָרגט די אָרגאַניזירער פֿונעם „מאַרש פֿון די לעבעדיקע‟, אַז זיי האָבן עטלעכע מאָל געקלונגען Jewrnalism אויסצודריקן זייער פֿאַרדראָס וועגן די אינצידענטן. אַ בריוו פֿון אלי רובינשטיין, דער דירעקטאָר פֿונעם קאַנאַדער צווײַג פֿון „מאַרש פֿון די לעבעדיקע‟, געפֿינט זיך הײַנט אויף דער וועבזײַט פֿון Jewrnalism.
די אַרטיקלען און ווידעאָס אויף דער Jewrnalism וועבזײַט זענען פֿרײַ פֿון אָפּצאָל פֿאַר יעדער צײַטונג, וואָס וויל זיי איבערדרוקן. דערבײַ, האָפֿט קלימעק, וועלן די צײַטונגען איבערגעבן אַ מער אַקוראַטן רעפּאָרטאַזש פֿון די ייִדישע קהילות אין אייראָפּע.
„אונדזער קול איז דאָס קול פֿון דער צווייטער העלפֿט פֿון די ייִדן אין אייראָפּע,‟ האָט קלימעק געזאָגט. „דאָס קול פֿון יענע, וועלכע האָבן מורא אויסצודריקן אַ נישט־אָנגענומענע מיינונג,‟ האָט קלימעק געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.