צװישן אַלע ייִדישע דיכטער איז אַװדאי לײב קװיטקאָ דער סאַמע באַרימטער און פּאָפּולערער, מחוץ דער ייִדישער שפּראַך־סבֿיבֿה. זײַנע לידער אין רוסישע איבערזעצונגען געהערן צום סאַמע קערן פֿונעם סאָװעטישן קינדער־קאַנאָן. מיליאָנען סאָװעטישע קינדער זײַנען אויפֿגעװאַקסן מיט קװיטקאָס פּאָעזיע, הגם ס‘רובֿ פֿון זײ האָבן קיין אַנונג ניט געהאַט, אַז ער האָט זײ אָנגעשריבן אױף ייִדיש. זײַנע קלײנע ביכעלעך זײַנען אַרױס אין סאָװעטישע קינדער־פֿאַרלאַגן אַפֿילו, װען ער איז שױן געװען אַרעסטירט, מסתּמא, װײַל עס איז קײנעם ניט אײַנגעפֿאַלן צו קאָנטראָלירן דעם דאָזיקן ליטעראַרישן צװײַג.
אין דער אמתן, איז קװיטקאָס ייִדישע ליטעראַרישע ירושה אַ סך ברײטער און טיפֿער, אײדער זײַנע קינדער־לידער. אין משך פֿון די ערשטע צען יאָר פֿון זײַן ליטעראַרישער קאַריערע האָט ער געשריבן אין פֿאַרשידענע סטילן און זשאַנערס. זײַן פּאָעטישער טאָגבוך פֿון די פּאָגראָם־טעג „1919‟ ברענגט אַרײַן אַ נײַע טיף־פּערזענלעכע דיכטערישע אידיאָם אין דער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס שטעלט זיך אַנטקעגן דער נבֿיאישער מליצה פֿון ביאַליק און מאַרקיש. אין זײַנע לידער װעגן דײַטשלאַנד עקספּערימענטירט קװיטקאָ מיטן פּאָליטיש־אַנגאַזשירטן עקספּרעסיאָניסטישן סטיל, בעת זײַן ליריק איז דורכגעזאַפּט מיט מיסטישע און פֿאָלקלאָרישע מאָטיװן.
אין 1929 האָט קװיטקאָ באַקומען אַ שטאַרקן פּאַטש אין פּנים פֿאַר זײַן בײזן סאַטירישן שאַרזש אױף משה ליטװאַקאָװן, דעם מעכטיקן רעדאַקטאָר פֿון דער צענטראַלער קאָמוניסטישער צײַטונג „דער אמת‟. מען האָט קוויטקאָ געשיקט אױף אַ פּאָליטישער „איבערדערציִונג‟ צו אַרבעטן אױף דעם כאַרקאָװער טראַקטאָר־זאַװאָד. ערשט אין אַ פּאָר יאָר אַרום האָט ער װידער באַקומען אַ מעגלעכקײט זיך אומצוקערן צו זײַן ליטעראַרישער מלאכה. קװיטקאָס סטיל פֿון די 1930ער יאָרן איז גאָר אַנדערש ווי אין די 1920ער. ניטאָ מער קײן פֿאַרפּלאָנטערטער סינטאַקס, קען קאָמפּליצירטע מעטאַפֿאָרישע געשטאַלטן, קײן רמזים אױף פֿאָלקלאָר און חסידות.
קװיטקאָס נײַער סטיל איז קאָנקרעט, קלאָר, און פּשוט, אין הסכּם מיט די נײַע צען געבאָט פֿון דער תּורה פֿונעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם. די דאָזיקע פֿאָדערונגען האָבן אַרױסגעשטופּט אַ היפּשע צאָל גוטע סאָװעטישע שרײַבער פֿון דער „ערנסטער‟ ליטעראַטור פֿאַר אַ דערװאַקסענעם עולם, און זיי אַרײַנגערוקט אין אַ שטילן װינקל פֿון קינדער־ליטעראַטור, װוּ די אידעאָלאָגישע השגחה איז ניט געװען אַזױ שטרענג. פֿאַר די קינדער דאַרף מען טאַקע שרײַבן פּראָסט און פּשוט, איז האָט מען זיך במילא געדאַרפֿט אָפּזאָגן פֿון מאָדערניסטישע קונצן. דערצו נאָך האָט די קאָמוניסטישע פּאַרטײ פּראָקלאַמירט, אַז די קינדער־ליטעראַטור דאַרף װערן אַ װיכטיקער צװײַג פֿון דער נײַער סאָװעטישער קולטור. קװיטקאָ, װי אַ צאָל אַנדערע באַגאַבטע ליטעראַטן, האָט זיך ממש אָנגעכאַפּט אין דער געלעגנהײט.
אין זײַנע קינדער־לידער האָט קװיטקאָ געשאַפֿן אַן אײגנאַרטיקע װעלט, װוּ אַ קינד איז די צענטראַלע פֿיגור. קװיטקאָס קינדער זײַנען נײַגעריק צו קענען די אַרומיקע װעלט. זײ זײַנען סאָװעטישע פּאַטריאָטן און גרײטן זיך צו פֿאַרטײדיקן זײער הײמלאַנד קעגן די שׂונאים: פֿאַשיסטן און בורזשוען. אָבער װי אַלע אַנדערע קינדער, האָבן זײ אױך זײערע חלומות און אַנגסטן. דער יונגער העלד פֿונעם „װיגליד‟ (1939) דערצײלט זײַן מאַמען, װי ער איז געגאַנגען אין װאַלד, „צו האַקן די שטאַמען, צו מאַכן אַ שיף, צו שװימען אױף ימען‟. אינעם װאַלד טרעפֿט ער פֿאַרשיידענע חיות, װאָס װילן אים אָפּשרעקן און פֿאַרטרײַבן פֿון זײער שטח. ער קאָן זיך לײַכט ספּראַװען מיטן האָז און מיטן פֿוקס, נאָר װען עס קומען די װעלף און די בערן און זיי װײַזן זײערע שרעקלעכע צײנער, האָט ער מורא: „אױ, מאַמעלע מײַן!‟
אַנשטאָט „מאַמעלע‟ קומט אים צו הילף סטאַלין בעצמו און בכבֿודו: „האָט סטאַלין דערהערט, װאָס טוט זיך אין װאַלד / האָט סטאַלין אַ טאַנק אַרױסגעשיקט באַלד / דער טאַנק האָט די חיות צעשלאָגן — / און מיך צו דער מאַמען געטראָגן…‟ דערנאָך קומט אונדזער העלד אױפֿן ים, „די בײזע אַקולן צו קלאַפּן / די פֿישעלעך גאָלדענע כאַפּן!‟, און דאָ חזרט זיך איבער די אײגענע מעשׂה: „דער ים װערט מיט בערג און מיט גריבער / אָט קערט זיך מײַן שיפֿעלע איבער.‟ װידער האָט סטאַלין געראַטעװעט אונדזער קינד: „האָט סטאַלין דערהערט, װאָס עס טוט זיך אין ים / האָט סטאַלין געשיקט אַזאַ הידראָפּלאַן, / ער האָט יענעם שטורעם צעשלאָגן — / און מיך אינעם קרעמל געטראָגן.‟ דער הײַנטיקער לײענער װאָלט אפֿשר באַטראַכט די דאָזיקע סיטואַציע מיט אַ שטיקל איראָניע, אָבער אין יענע צײַטן איז דאָס ניט געװען קײן שפּאַס.
דאָס דאָזיקע „װיגליד‟ איז אַ מוסטערװערק פֿון דער סאָװעטישער קינדער־ליטעראַטור, װאָס שמעלצט צונױף עלעמענטן פֿון װוּנדער־מעשׂה, פּאָפּולערער טעכנישער בילדונג און סטאַליניסטישער פּראָפּאַגאַנדע. די טראַדיציאָנעלע פֿאָלקלאָרישע פֿיגורן פֿון חיות װערן באַקעמפֿט דורך מאָדערנער מיליטערישער טעכניק. און דער דער העלד װערט געראַטעװעט, װי יונה־הנבֿיא, דורך דער אַלמעכטיקער פֿאָטער־פֿיגור פֿון סטאַלין. דאָס ליד איז אָנגעשריבן אין אַ פּראָסטן סטיל, איז צוטריטלעך פֿאַר אַ קלײן קינד, און לאָזט זיך לײַכט פֿאַרגעדענקען. די פֿיגור פֿון סטאַלין װערט דאָ פֿאָרגעשטעלט װי אַ פֿאָלקלאָריש־רעליגיעזע געשטאַלט פֿונעם אַלמעכטיקן „גאָט דעם פֿאָטער‟.
אין יעדן בוך קװיטקאָס זײַנען פֿאַראַן עטלעכע לידער מיט אַ אױסגעשפּראָכן אידעאָלאָגישן מײן. געװײנטלעך, געפֿינען זײ זיך אין אָנהײב און צום סוף פֿונעם בוך, און צװישן זײ זײַנען אַרײַנגעשטעקט פֿרײלעכע און לעבעדיקע לידער אָן שום פּאָליטישער קאָניוקטור. אין משך פֿון די 1930ער יאָרן האָט קװיטקאָ אױסגעשליפֿן זײַן מײַסטערשאַפֿט צו שרײַבן אינעם נײַעם סאָװעטישן סטיל. ער האָט געשריבן אי פֿאַרן ברײטן עולם פֿון אַלע סאָװעטישע קינדער, אי פֿאַרן קלענערן ייִדיש־רעדנדיקן קינדער־עולם, װאָס האָט זיך געהאַלטן אין אײן פֿאַרמינערן. פֿאַר זײ זײַנען קװיטקאָס לידער געװען די ערשטע ליטעראַרישע װערק, װאָס זײ האָבן געהערט און געלײענט אױף מאַמע־לשון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.