נאָך דעם ווי נחמיה וועבערמאַן איז דערקלערט געוואָרן שולדיק אין פֿאַרגוואַלדיקן אַ חסידיש מיידל, און באַקומען 103 יאָר תּפֿיסה, האָט די פּרעסע געלויבט דעם קוראַזש פֿון דער געליטענער, וועלכע איז אויסגעשטאַנען פֿיר טעג פֿון ברוטאַלע עדות־זאָגן, און דערבײַ באַקעמפֿט נישט בלויז איר באַלעסטיקער, נאָר אויך איר אייגענע קהילה, וועלכע האָט זי בכלל נישט געשטיצט. פֿאַרקערט — די עסקנים האָבן נאָך געזאַמלט געלט לטובֿת וועבערמאַנס לעגאַלער פֿאַרטיידיקונג.
ווי אַ רעפּאָרטער פֿאַר „ניוסוויק‟, בין איך אויך געזעסן אין געריכט, און יעדן טאָג געזען סײַ וועבערמאַן, סײַ זײַן פֿרוי, חיה. ס׳איז קלאָר געוואָרן, אַז דאָס איז אַ געשיכטע פֿון צוויי פֿרויען: די העלדין — די געליטענע, וועלכע איז הײַנט אַ שיין, חתונה־געהאַט ווײַבל, פֿון איין זײַט, און פֿון דער צווייטער — די פֿרוי, וועלכע איז געשטאַנען בײַ דער זײַט פֿון איר מאַן, בעת זײַן רעפּוטאַציע איז שטאַרק פֿאַרפֿלעקט געוואָרן פֿון בושה. מיט אָט דער פֿרוי האָב איך געוואָלט זיך באַקענען.
אינעם געריכט־זאַל, זענען די מענער און פֿרויען געזעסן באַזונדער, ווי בײַ אַ חסידישער חתונה. די שטיצער פֿון דער געליטענער האָבן געטראָגן טײַערע שייטלען און גרויסע בריליאַנטן — אַ סימן פֿון אַ מער מאָדערנער פֿרומקייט, בעת וועבערמאַנס פֿרויען־פֿראַקציע האָט זיך אָנגעטאָן אין שוואַרצע קליידער, מיט אַלט־פֿרענקישע היטלעך אויף באַשיידענע שייטלען. קיין שמייכל האָט מען דאָרט נישט געזען, פֿאַרשטייט זיך…
איך און חיה וועבערמאַן האָבן באַמערקט איינע די צווייטע בעת די געריכט־פּאָליציי האָט בודק געווען אונדזערע טאַשן. שפּעטער, ווען מע האָט אַרײַנגעזעצט נחמיה וועבערמאַן אין תּפֿיסה אין צפֿון־ניו־יאָרק, האָב איך נישט איין מאָל טעלעפֿאָנירט זײַן פֿרוי, זיך דערוויסנדיק אַלץ מער פּרטים וועגן איר און איר מאַן און צען קינדער. כ׳האָב געהאַלטן אין איין פֿרעגן: „ווען קענען מיר זיך טרעפֿן?‟ אָבער קיין ענטפֿער האָט זי מיר נישט געגעבן.
זי האָט מיר דערציילט, אַז זי און איר מאַן האָבן זיך צום ערשטן מאָל געטראָפֿן, ווי געהעריק, אונטער טאַטע־מאַמעס אויגן, און ער איז איר גלײַך געפֿעלן געוואָרן. ער האָט איר אויסגעזען ווי אַ גוטהאַרציקער, און זי האָט זיך געמאָלט אַ גליקלעך לעבן מיט אים צוזאַמען.
ער איז געוואָרן אַ שאָפֿער בײַם רבין, משה טייטלבוים, האָט געאַרבעט אויפֿן געביט פֿון דער אינפֿאָרמאַציע־טעכנאָלאָגיע, און געגרינדעט אַ באַראַטונג־געשעפֿט, כּדי אויסצוהאַלטן זײַן גרויסע משפּחה. גלײַכצײַטיק האָבן זיך בײַ אים געמאַכט פֿאַרשידענע לעגאַלע צרות אין שײַכות מיט געוויסע גרונט־מיסחר־אונטערנעמונגען. פֿון דעסטוועגן, האָט ער תּמיד געהאַט צײַט צו פֿירן חיהן אין געשעפֿט, אָדער צו איר משפּחה, צוליב דעם וואָס די סאַטמערער פֿרויען איז נישט דערלויבט צו פֿירן קיין אויטאָ.
מיט דער צײַט האָב איך אײַנגעזען, אַז אויב איך וויל זיך טרעפֿן מיט חיה וועבערמאַן פּנים־אל־פּנים, וועל איך מוזן פּשוט אָנקלאַפּן אין איר טיר. כ׳האָב אָנגעטאָן אַ לאַנג קלייד ביז די קנעכלען, געדיכטע זאָקן און אַ סוועדער, און צוגעפֿאָרן צו איר שטוב אין וויליאַמסבורג. ווען זי האָט געעפֿנט די טיר, האָט זי אויסגעזען איבערראַשט, אָבער זי האָט מיך אַרײַנגעלאָזט. ס׳איז געווען ערבֿ־פּסח און מע האָט שוין גערייניקט דעם טעפּעך פֿונעם חמץ.
זי האָט געטראָגן אַ טונקל־בלוי זײַדן קליידל און האָט מיר דערציילט, אַז זי האָט ערשט לעצטנס זיך אומגעקערט פֿון אַ וויזיט צו איר מאַן, וועמען זי באַזוכט יעדע צוויי וואָכן. זי האָט אים געבראַכט אַ מגילה לכּבֿוד פּורים, און זי האָט אַ שטאָלצע צוגעגעבן, אַז ער האָט עס געלייענט פֿאַר 20 אַרעסטאַנטן.
איך האָב געפֿרעגט, צי ער האָט זיך דאָרט אײַנגעאייגנט נײַע פֿרײַנד, אָדער שׂונאים, האָט זי געענטפֿערט: „ביידע נישט. אים איז ליבער צו זיצן און לייענען. ביכער זענען זײַנע פֿרײַנד, און ער האָט נישט ליב אַרויסצוגיין אין דרויסן.‟
נישט געקוקט אויף אַלע באַווײַזן קעגן וועבערמאַן, האַלט זי נאָך אַלץ, אַז ער איז אומשולדיק, אַז ער איז אַ גוטער מענטש, וואָס האָט קיינעם נישט פֿײַנט און פֿירט זיך תּמיד לײַטיש.
הגם מע האָט שוין רעדוצירט וועבערמאַנס שטראָף, וועט ער מסתּמא סײַ־ווי שטאַרבן אין תּפֿיסה. זײַן פֿרוי טענהט אָבער, אַז ער „באַמיט זיך צו פֿאַרבעסערן זײַן נשמה‟, גרייטנדיק זיך אויף דער באַלוינונג פֿון עולם־הבא. זי פֿאַברענגט אַ סך צײַט מיט איר משפּחה און פֿרײַנד. זי איז אומעטיק, אָבער פֿאַרזיכערט מיך, אַז זי וועט עס אַלץ איבערלעבן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.