מער ווי 700 ייִדן זענען געזעסן אין די טרויעריק־באַרימטע פֿאַרהאַלט־לאַגערן בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, איזאָלירט פֿון דער אַרומיקער וועלט מיט שטעך-דראָט. דאָ גייט נישט אַ רייד וועגן דײַטשלאַנד אָדער פּוילן. דער פֿאַרהאַלט־לאַגער „B70‟ האָט זיך געפֿונען אין דער קאַנאַדישער פּראָווינץ ניו-בראָנסוויק. לויט אַ נײַעם באַריכט אין דער צײַטונג „טאָראָנטאָ סטאַר‟, האָט דער בריטישער פּרעמיער-מיניסטער ווינסטאָן טשערטשיל זיך געזאָרגט, אַז צווישן די ייִדן קאָנען זיך טרעפֿן שפּיאָנען, און געבעטן די קאַנאַדישע און אויסטראַלישע רעגירונגען, אונטערטעניק צו דער בריטישער קרוין, צו פֿאַרהאַלטן די ייִדישע פּליטים.
אַחוץ דעם, האָט פֿרעדריק טשאַרלז בלער, דער דעמאָלטיקער קאַנאַדישער אימיגראַציע-מיניסטער, געגלייבט, ווי עס האָט איבערגעגעבן די ייִט״אַ, אַז די „אינטערנאַציאָנאַלע ייִדישע קאָנספּיראַציע‟ האָט געפּרוּווט אונטערצורײַסן די געזעצן אין לאַנד, כּדי אַרײַנצוברענגען מער ייִדן. די אַנטיסעמיטישע שטימונגען אין די קאַנאַדישע פּראָטעסטאַנטישע פֿירנדיקע עליטן זענען געוואָרן נאָך שטאַרקער פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה.
פֿרעד קאַופֿמאַן, דעמאָלט אַ 15־יאָריק ייִנגל, איז אַנטלאָפֿן פֿון דער נאַצי-אָקופּירטער אייראָפּע קיין קאַנאַדע. ווען ער איז אָנגעקומען אַהין דעם 12טן אויגוסט, 1940, האָט ער געטראַכט, אַז אינעם לאַנד וועט ער געפֿינען אַ רויִק לעבן. למעשׂה, האָט מען אים געבראַכט אין אַ לאַגער, וועלכער האָט זיך געפֿונען אין ריפּלס — אַן איזאָלירט אָרט אין ניו-בראָנסוויק, בערך 19 מײַל פֿון פֿרעדריקטאָן, די הויפּטשטאָט פֿון דער פּראָווינץ. קאַופֿמאַן האָט דערציילט, אַז דער לאַגער איז געשטאַנען אינמיטן אַ וואַלד. אַ גאַנצן טאָג פֿלעגן די פֿאַרהאַלטענע האַקן דאָס האָלץ, כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון קעלט.
בסך-הכּל, זענען אין קאַנאַדע געווען 26 פֿאַרהאַלט־לאַגערן, אַרײַנגערעכנט דעם „Camp I‟ אין איל-אָ-נוואַ, קוועבעק. די ייִדישע פּליטים פֿון דײַטשלאַנד און עסטרײַך זענען, צו זייער שוידער, געזעסן דאָרטן צוזאַמען מיט די זעלבע נאַציס, פֿון וועלכע זיי זענען אַנטלאָפֿן, לויט דער ייִט״אַ.
מיט אַ יאָר שפּעטער, האָט גרויס-בריטאַניע פֿאַרשטאַנען, אַז אַ סך פֿון די פֿאַרהאַלטענע קאָנען צו נוץ קומען בשעת דער מלחמה, און פֿאָרגעלייגט זיי אַ ברירה: צו געפֿינען אַ שטיצער, וועלכער וועט זיי אויסהאַלטן אין קאַנאַדע, אָדער צו פֿאָרן צוריק קיין ענגלאַנד און ווערן אַ סאָלדאַט. פֿרעד קאַופֿמאַן איז געבליבן אין קאַנאַדע. אינעם יאָר 1941, האָט מען פֿאַרמאַכן דעם לאַגער אין ריפּלס אויף דרײַ וואָכן. שפּעטער, האָט מען אים געעפֿנט פֿון ס׳נײַ, ביזן סוף פֿון דער מלחמה. צווישן די 1,200 אַרעסטאַנטן זענען דאָרטן געזעסן דײַטשישע און איטאַליענישע ציווילע ים־לײַט, ווי אויך קאַנאַדישע מלחמה-קעגנער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.