נאָכן הייסן טאָג האָט דער אָוונט אינעם דרום־טייל פֿון תּל־אָבֿיבֿ זיך אַראָפּגעלאָזט אַן אָנגעכמורעטער. דאָס שמאָלע שמוציקע ליקל מיט אַ ראָמאַנטישן נאָמען סאָנטשינאָ האָט מיך געבראַכט צום קליינעם טעאַטערל „תּמונה‟— בילד. די בילעטן האָבן געקאָסט גראָשנס — 60 שקל, הגם די פֿאָרשטעלונג אַליין, וואָס הייסט „פֿאַנטאַזיע פֿאַר ליבע און פֿידל‟, האָט צוגעזאָגט צו זײַן אַן אומגעוויינטלעכע. דער עיקר, צוליב דעם נאָמען פֿונעם מחבר פֿונעם אָריגינעלן ווערק, וואָס די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג איז געמאַכט געוואָרן — שלום־עליכם און זײַן „סטעמפּעניו‟. דווקא אָט דער פֿאַקט האָט געוועקט אין מיר אַ צווייפֿל: אַפֿילו אַ געניאַל ווערק קאָן אונטערגעריסן ווערן צוליב אַ שלעכטער שפּיל.
צוריק גערעדט, האָב איך נישט געצווייפֿלט אין דעם טאַלאַנט פֿון דער באַקאַנטער אַקטריסע יעלענאַ יאַראַלאָוו. זי איז דאָ, אין ישׂראל, באַקאַנט סײַ פֿון דער רוסישער בינע, סײַ פֿון דעם 9טן טעלעוויזיע־קאַנאַל, סײַ די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן טעאַטער „ייִדישפּיל‟, וווּ זי האָט געאַרבעט נישט איין יאָר, און סײַ ווי דער „שטערן‟ פֿון דעם העברעיִשן טעאַטער „האקמרי‟. אין 2005 איז יאַראַלאָוו דערקלערט געוואָרן ווי די בעסטע אַקטריסע פֿון יאָר פֿאַר דער ראָלע פֿון חנה ראָווין אין דער פֿאָרשטעלונג „געווען צי נישט געווען‟.
די אינסצענירונג פֿון דעם ראָמאַן האָט געשאַפֿן דער באַקאַנטער פֿידלער און קאָמפּאָזיטאָר אַלכּסנדר פּאָוואָלאָצקי, וואָס האָט אויך געשפּילט אין דער פֿאָרשטעלונג.
וואָס נאָך? די גאַנצע פֿאָרשטעלונג ווערט אויפֿגעפֿירט אויף ייִדיש און אונטער דער השגחה פֿון „ייִדישפּיל‟־טעאַטער. זעט אויס, אַז די אַדמיניסטראַציע האָט אויף אַ גרויסן עולם נישט אַרויסגעקוקט: קיין גרויסע קענערס פֿון ייִדיש זײַנען אין לאַנד דאָ נישט קיין סך, סײַדן אין די פֿרומע געגנטן, וואָס גייט זעלטן ווען אין טעאַטער. איך אַליין דאַרף נישט קיין איבערזעצונג פֿון ייִדיש, פֿון דעסטוועגן, האָב איך געטראַכט, אַז ס‘וועלן פֿאָרט זײַן אונטערקעפּלעך אויף עבֿרית און רוסיש, ווי זיי זײַנען שטענדיק דאָ אין „ייִדישפּיל‟; עס זײַנען אָבער געווען אונטערקעפּלעך נאָר אויף עבֿרית. רעזשיסירט האָט די פֿאָרשטעלונג מאַראַט פּאַרכאַמאָווסקי, מאָלער — אַלכּסנדר ליסיאַנסקי, קאָסטיומען — פּאָלינע אַדאַמאָוו, און ליכט — מיכאל טשערניאַווסיק. מע קאָן זאָגן — אַ שטיק „רוסיש‟ ישׂראל.
דער קליינער עולם וואָס איז געקומען, האָט מערסטנס גערעדט רוסיש, די מער ייִנגערע — עבֿרית. איך האָב אָנגעציילט אַ 30 מענטשן. דער זאַל אַליין איז נישט קיין גרויסער, אַרום 110 פּלעצער, אָבער אַ היימישער. די בינע איז אַ רונדע, ווי אַ מין אַמפֿיטעאַטער. אויף דער בינע זעט מען זייער באַשיידענע דעקאָראַציעס: אין צענטער — אַ נישט־הויכער ווײַסער זײַל מיט אַ שטאַרנשלאַק פֿון אויבן; דערנאָך באַמערקט מען, אַז אויף דעם זײַל זײַנען אָנגעצייכנט שוואַרצע קורצע פּאַסן — אַ בערעזע, הייסט עס; עס טריקנט זיך דאָס גרעט אויף שטאַנגען, וואָס זײַנען צוגעפֿעסטיקט מיט איין עק צום זײַל. אין גאַנג פֿון דער פֿאָרשטעלונג, רוקט די אַקטריסע יעדעס מאָל איבער די שטאַנגען און עס שאַפֿט זיך אַן עפֿעקט, ווי מע וואָלט געבלעטערט די זײַטן פֿון אַ בוך, און צוזאַמען מיט זיי — די טעג און נעכט פֿון לעבן.
דעם ערשטן אַרויסגאַנג אויף דער בינע פֿון רחלע — די הויפּט־העלדין פֿון שלום־עליכמס ראָמאַן, וואָס יאַראַלאָוו שפּילט, האָט דער צושויער באַגעגנט מיט אַפּלאָדיסמענטן. די אַקטריסע האָט אין אַ גיכן טעמפּאָ געפֿירט די מעשׂה נאָך זיך; עס קלינגט אַ ייִדישע מוזיק, זייער צוגעפּאַסט צו דער פֿאָרשטעלונג. עס וויל זיך גלײַך באַטאָנען די הויכע מײַסטערשאַפֿט פֿון דער אַקטריסע, ווי זי באַהערשט איר שטימע, מע הערט קלאָר יעדעס ייִדיש וואָרט, אַפֿילו ווען די הויכע פֿידל־טענער האָבן ממש פֿאַרגאָסן דעם זאַל.
די באַוועגונגען פֿון יאַראַלאָוו, ווי אויך איר מאָנאָלאָג, זײַנען זייער קאַרגע און דורכגעטראַכטע. ווי אַ בײַשפּיל, קאָן דינען די סצענע, ווען רחלע שלעפּט אַרויס פֿונעם בוזעם, זייער פֿאָרזיכטיק, דאָס איינציקע בריוועלע, וואָס זי האָט באַקומען פֿון סטעמפּעניו; מיט אַ צאַפּל לייענט זי עס איבער, לייגט עס אַקוראַט צונויף, און שוין, מיט אַן אויסגעלאָשענער האָפֿענונג, צערײַסט זי עס אויף שטיקלעך און וואַרפֿט זיי צו אירע פֿיס.
דער יונגטלעכער ראָמאַן פֿון שלום־עליכמען טראָגט שוין אין זיך אַלע סימנים פֿון אַ רײַפֿן טאַלאַנט. און כאָטש דער שרײַבער האָט אים אָנגערופֿן „סטעמפּעניו‟, נישט „רחלע‟, דאָמינירט אין דער פֿאָרשטעלונג דווקא אָט די פֿרויערישע געשטאַלט.
די גאַנצע פֿאָרשטעלונג האָט געדויערט נישט מער ווי 45 מינוט. הײַנט, ווען אַלע לעבן גיך, אויף איין פֿוס, איז עס ווי צוגעפּאַסט מע זאָל די פֿאָרשטעלונג קומען און זען.
פֿון „אַנחנו כּאן‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.