אַ כּשרער „קעזבורגער‟?

A Kosher Cheeseburger?


פֿון Forward, דאָני בלומעפֿלד

Published August 11, 2013, issue of August 30, 2013.

אין אַ לאַבאָראַטאָריע האָט מען אַנטוויקלט דעם ערשטן האַמבורגער ניצנדיק די שטאַם־קעמערלעך (stem cells). מאָנטיק האָבן צוויי פֿאַרזוכערס אין לאָנדאָן באַשריבן דעם טעם ווי „נאָענט צו פֿלייש‟. פֿונעם אַקסל פֿון אַ קו האָט מען גענומען אַ מוסקל און אין „פּעטרי‟־טעצלעך געוואַקסן די קעמערלעך. איצט בלײַבט די קשיא — צי זענען אַזוינע האַמבורגערס פּאַרעווע?

די חיות־רעכט־אָרגאַניזאַציע, PETA, האָט די אַנטוויקלערס אָפּגעגעבן אַ מזל־טובֿ, ווײַל זיי זעען אין דער אַנטוויקלונג דעם „ערשטן טראָט‟ צו שאַפֿן פֿלייש־פּראָדוקטן אויף אַ מענשטלעכן אופֿן. די נאַטור־סבֿיבֿה־אַקטיוויסטן פֿרייען זיך אויך — אַ שטודיע פֿונעם אַמסטערדאַמער אוניווערסיטעט איז געקומען צום אויספֿיר, אַז אַזאַ פֿלייש, וואָס ווערט געמאַכט אין אַ לאַבאָראַטאָריע, וואָלט געווען אַ סך בעסער פֿאַר דער סבֿיבֿה. פֿאַר די ייִדן וואָס האַלטן כּשר, קען דאָס באַטײַטן דעם ערשטן טראָט צו כּשרע „קעזבורגערס‟, אויב מע פּסקנט, אַז דאָס פֿלייש פֿון די שטאַם־קעמערלעך איז פּאַרעווע.

לויט הרבֿ מנחם גענאַק, דירעקטאָר פֿונעם כּשר־אָפּטייל פֿון דער „אָרטאָדאָסקישער יוניאָן‟, וואָלט מען אַפֿשר יאָ געקענט באַטראַכטן דאָס דאָזיקע פֿלייש ווי פּאַרעווע. ער באַגרינדעט זײַן מיינונג אויפֿן סמך פֿון אַן אַנדער עסן — זשעלאַטין. כאָטש זשעלאַטין שטאַמט פֿון אַ חיה, איז דאָס נישט קיין פֿלייש. ער האָט באַטאָנט, אָבער, דאָס דער פֿלייש פֿון דער קו, וואָס מע ניצט צו וואַקסן די שטאַם־קעמערלעך אין דער לאַבאָראַטאָריע, וואָלט מען געדאַרפֿט כּשר שעכטן.

נישט אַלע זענען מסכּים מיט דער מיינונג. הרבֿ דזשיי. דוד בלייך פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט איז גאַנץ סקעפּטיש, אַז אַזאַ פֿלייש וואָלט געווען כּשר, און האָפֿט, אַז מע וועט ווײַטער נישט אַנטוויקלען אַזוניע בורגערס.

דערווײַל האָט דער איינציקער בורגער געקאָסט 325,000$ צו אַנטוויקלען און ס‘האָט געדויערט צוויי יאָר עס צו מאַכן. אַפֿילו ווען מע וועט קענען דאָס פּראָדוצירן אין אַ פֿאַבריק, וואָלט עס נאָך אַלץ געקאָסט 30$ אַ פֿונט. „איך וועל אין דעם גלייבן, ווען איך וועל עס זען‟, זאָגט דזשעף נאַטאַן, דער עקזעקוטיוו־קאָכער בײַ „אַביגלייס‟־רעסטאָראַן אויף בראָדוויי. „ביז איך וועל נישט קענען דאָס אָנטאַפּן, אַ שמעק טאָ, פֿאַרזוכן, וועל איך אין דעם נישט גלייבן‟. פֿון דעסטוועגן, זאָגט ער, אַז ער האָט ליב נײַע אַנטדעקונגען אין דער וויסנשאַפֿט און עקספּערימענטן. לאָמיר געבן אַ פֿאַרזוך‟.

עלי ראָזענפֿעלד פֿון „עמפּײַר־כּשר‟, די גרעסטע כּשר־פֿלייש פֿירמע אין לאַנד, האַלט, אַז כּשרע ייִדן וועלן נישט האָבן קיין אינטערעס צו דעם, אַפֿילו ווען ס‘וועט זײַן צו באַקומען. „שוין יאָרן ווי מע פֿאַרקויפֿט פּאַרעווע בורגערס, געמאַכט פֿון טאָפֿו און גרינסן, אָבער די קונים ווילן נאָך אַלץ ׳די עכטע סחורה׳.‟