אין דעם דאָזיקן אַרטיקל װערט באַהאַנדלט אײנע פֿון די גרונטלעכע באַשטאַנדטײלן פֿון ייִדישן טעאַטער, דהײַנו,— אַן איבערבליק פֿון דער רעפּערטואַר־פּאָליטיק אין די ייִדישע רעפּערטואַר־טעאַטערס אין דער מאָדערנער היסטאָרישער תּקופֿה, פֿון אין די מיט־1980ער יאָרן ביז יאַנואַר 2012.
„בײַ די הײמלאָזע זײַנען די טירן שטענדיק צעפּראַלט פֿאַר יעדן אײנעם.‟
סטאַניסלאַװ יעזשי לעץ
װען מע רעדט װעגן טרױעריקע זאַכן, קומט מיר שטענדיק אױפֿן שׂכל אַן אַלטער סאָלדאַטסקער װיץ: „אַז מע גײט שטאַרבן, זאָל כאָטש זײַן מיט אַ מוזיק־באַגלײטונג‟. און אַז מע רעדט שױן װעגן ייִדישן טעאַטער — זײַן גאַנצער לעבנסװעג זעט מיר אױס װי אַן אילוסטראַציע צום אַלטן ייִדישן שאלה־תּשובֿה־אַנעקדאָט: „װאָס איז אַזױנס אַ יאַפּאַנישע טראַגעדיע?‟ – „אַ יאַפּאַנישע טראַגעדיע איז, װען דער טאַטע איז אַ ׳ריקשע׳, די מאַמע — אַ ׳גײשע׳, און זײער זון — משה”. דאָס דאָזיקע חכמהלע זעט מיר אױס װי אַ ייִחוס־צעטל פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער.
דער ייִדישער טעאַטער איז געבױרן געװאָרן אין אַ „פֿרעמד לאַנד‟, װי אַ נע־ונדניק, אין אַ װאָגן, און אומגעטראָגן זיך איבער דער װעלט, װי אַ גוטער „ריקשע‟. די ייִדישע טראַדיציע פֿון יענע צײַטן (די צװײטע העלפֿט פֿון 19טן יאָרהונדערט) האָט פֿאַרגליכן דעם טעאַטער צו לצנות און זנות, דאָס איז לגבי דער „גײשע‟. און אױב יאָ מאַכן זיך „משוגע‟, טאָ, ביטע, נאָר אױף פּורים, און נאָר אין די ראַמען פֿון די תּנכישע סוזשעטן, ס’הײסט נאָר לױט דער תּורת־משה. אָט זעט איר דאָך — די גאַנצע משפּחה איז שױן דאָ — דער „ריקשע‟, די „גײשע‟ און זײער בן־יחידל משה.
און איצט — ערנסט, אָן דער סאָלדאַטסקער באַגלײטונגס־מוזיק און אָן חכמהטשקעס.
כּדי איבערצולײענען די גאַנצע מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור, װעלכע איז פּובליקירט געװאָרן פֿון 1986 ביז די הײַנטיקע טעג, דאַרף מען האָבן ניט מער װי אַ פּאָר חדשים. אָבער פֿאַר װאָס זינט דעם 1986? װײַל אין יענער תּקופֿה איז געשען עפּעס װאָס האָט פֿאַרלענגערט דאָס לעבן פֿון דער ייִדישער קולטור אױף גוטע דרײַסיק־פֿערציק יאָר. אין מאָסקװע (1986) און אין ניו־יאָרק (1989) זײַנען אַרױס צװײ חשובֿע זאַמלונגען אױף ייִדיש — דער יוגנטלעכער נומער פֿונעם מאָסקװער „סאָװעטיש הײמלאַנד‟ און דער ניו־יאָרקער אַלמאַנאַך „װידערװוּקס‟. די בײדע אױסגאַבעס זײַנען געװען צונױפֿגעשטעלט פֿון די ייִדיש־מחברים, װעלכע זײַנען געבױרן געװאָרן נאָך דער מלחמה, מיט אַ קלײנעם אױסנאַם — לעװ בערינסקי און צבֿי כּנר זײַנען געבױרן געװאָרן פֿאַר דער מלחמה, אָבער אָנגעהױבן שרײַבן ייִדיש שױן אין דער רײַפֿער עלטער. דער ייִדישער לײענער האָט זיך באַקענט מיט די װערק פֿון אַריבער זיבעציק נײַע מחברים. פֿאַר דער מערהײט פֿון די יונגע מחברים איז דאָס געװען זײער ערשטער טריט אין דער „גרױסער ליטעראַטור‟, נאָר באָריס סאַנדלער און לעװ בערינסקי, אונדז צו לאַנגע יאָרן, און אַלעקסאַנדער בעלאָוסאָװ זײַנען געװען באַקאַנט דעם ברײטן ייִדישן לײענער. סאַנדלערס און בערינסקיס ייִדישע װערק זײַנען אַפֿילו אַרױס אין אַ בוכפֿאָרעם, װאָס אינעם דעמאָלטיקן ראַטן־פֿאַרבאַנד איז געװען גלײַך צו אַן אײַנטריט־בילעט אין דער גרױסער װעלט־ליטעראַטור.
די שׂימחה פֿון די עלטערע און יונגע שרײַבער האָט ניט געהאַט קײן גרענעץ. אײן זאַך, אָבער, האָט זיך געװאָרפֿן אין די אױגן, אַז אין יענע באמת רעװאָלוציאָנערע צײַטן, איז ניט געבױרן געװאָרן קײן אײן ייִדישער דראַמאַטורג, ס’הײסט, אַ שרײַבער, װעלכער שרײַבט נאָר פֿאַרן טעאַטער. אײנצלנע פּרוּװן זײַנען יאָ געװען, צום בײַשפּיל, דער ייִדישער דיכטער װעלװל טשערנין האָט אָנגעשריבן אַ פּיעסע „אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר‟ (געשטעלט אין קיִעװער ייִדישן טעאַטער, רעזשיסער, מוכאַמעד באַקרי). עס זײַנען געװען נאָך עטלעכע ליבהאָבערישע פּרוּוון אין אַנדערע פֿריש־געבאַקענע ייִדישע טעאַטערס.
אַן אײן און אײנציקער געראָטענער עקספּערימענט צו שאַפֿן אַ באמת מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער איז געװען דער „כּאילו‟ ביראָבידזשאַנער „ייִדישער מוזיקאַלישער קאַמער־טעאַטער‟ (קינסטלערישער אָנפֿירער, יורי שערלינג); אָבער דער טעאַטער איז אין גיכן באַגאַנגען אַ זעלבסטמאָרד. ניט נאָר צוליב די „טראַדיציאָנעלע‟ ייִדישע שמוציקע מחלוקתן, לױטן נוסח, „װער ביסטו בכלל?‟ און „אַ טורמע בענקט נאָך דיר!‟; אָן דעם קען דאָך ניט זײַן. אָבער אײנע פֿון די װיכטיקסטע סיבות פֿונעם פֿריצײַטיקן זעלבסטמאָרד פֿונעם „ייִדישן מוזיקאַלן קאַמער־טעאַטער‟ איז געװען די טאָטאַלע אָפּװעזנהײט פֿון דער מאָדערנער ייִדישער דראַמאַטורגיע. יעדער מאָדערנער טעאַטער פֿאָדערט מאָדערנע דראַמאַטורגיע. אַן אײנציקן, זײער פּראָפֿעסיאָנעלן און מאָדערנעם ליברעטאָ „אַ שװאַרץ צײַמל פֿאַר אַ װײַס פֿערדל‟ האָט אָנגעשריבן חײם בײדער, „לױט‟ אי. רעזניקס גראַפֿאָמאַנישער פּאָעמע אױף רוסיש. אין דער אמתן, האָט חײם בײדער אָנגעשריבן „זײַן‟ נײַע פּיעסע, און, גאָט צו דאַנקען, זײער װײַט פֿונעם רוסישן „אָריגינאַל‟. אַלע אַנדערע „פּיעסעס‟ פֿון אַנדערע מחברים אין יענער תּקופֿה זײַנען ניט מער װי אַמאַטאָרישע פּרוּוון פֿאַר די ייִדישע זומער־לאַגערן ערגעץ װוּ אין פּערעשטשעפּענע.
די לעצטע זאַמלונג פֿון ייִדישע פּיעסעס, אַהרן צײטלינס „דראַמעס‟ אין צװײ בענד, איז דערשינען אינעם תּל־אָבֿיבֿער י. ל. פּרץ־פֿאַרלאַג, זכרונו־לבֿרכה, אין יאָר 1974 (דער צװײטער באַנד — אין 1980). די לעצטע פּובליקאַציע פֿון אַ ייִדישער פּיעסע, אױב כ’האָב ניט קײן טעות, איז געװען משה אַלטמאַנס “יפֿתּחס טאָכטער”, אָנגעשריבן אין 1938 און געדרוקט אין “סאָװעטיש הײמלאַנד”, נומ. 5, 1990.
אין די יאָרן 1989 – 1992 האָבן כּמעט אַלע יונגע ייִדישע שרײַבער פֿאַרלאָזט ראַטן־פֿאַרבאַנד און עולה געװען קײן ישׂראל. אַ טײל זײַנען אָנגעקומען קײן ענגלאַנד און די פֿאַראײניקטע שטאַטן. דער צופֿלוס פֿון די פֿרישע שעפֿערישע כּוחות פֿון דער „סאָװעטישער תּפֿיסה‟ האָט צוגעגעבן אַן אָפּטימיסטישע האָפֿענונג, אַז דװקא אָט די יונגע ייִדישיסטן, צוזאַמען מיט די „אַרגענטינער װיסנשאַפֿטלער”ֿ‟ װעלן איבערנעמען די לײצעס בײַ די עלטערע שומרי־ייִדיש אין מדינת־ישׂראל און אַמעריקע. די אַרגענטינער־רוסישע „חתונה‟ (פּונקט װי די רוסיש־ענגלישע) איז געװען אַ װײטיקדיקע. דער זיװוּג האָט געדױערט אַרום צװאַנציק יאָר, און צום סוף איז עס געקומען צו אַ גט. אָבער ניט דאָס בין איך אױסן, װײַל חוץ פּערמאַנענטע סקאַנדאַלן פֿון יענע זיװוּגים זײַנען געבױרן געװאָרן שײנע קינדער, דהײַנו, — „דער װעלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור‟, דער רעפּערטואַר־טעאַטער „ייִדישפּיל‟, „די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש‟, דער ליטעראַרישער זשורנאַל “טאָפּלפּונקט”, „המשך־דור — ליבהאָבערס פֿון ייִדיש‟ און זײַן בכורל, דער ליטעראַרישער אַלמאַנאַך „נײַע װעגן‟. דער דאָזיקער אַלמאַנאַך האָט געהאַט אַ קורץ לעבן, אָפּגעלעבט סך־הכּל 15 יאָר, אָבער דער דאָזיקער אַלמאַנאַך איז געװען די אײנציקע ייִדישע אויסגאַבע, װעלכע פֿון נומער צו נומער האָט געדרוקט נײַע פּיעסעס. פֿאַר דרײַצן יאָר זײַנען אינעם אַלמאַנאַך (צוזאַמען מיטן זאַמלבוך „ייִדיש‟) פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אַכצן פּיעסעס פֿון פֿיר מחברים. נאָר כּדי צו פֿאַרגלײַכן — אין אַלע אַנדערע ייִדישע צײַטשריפֿטן אױף דער װעלט, פֿאַר דעם זעלבן פּעריאָד, איז געװען געדרוקט נאָר אײן פּיעסע, אין 1992, אין דער ניו־יאָרקער „ייִדישע קולטור‟. אין 2005 האָבן דעם לעבעדיקן אַלמאַנאַך „נײַע װעגן‟ „דערמאָרדעט‟ אונדזערע אײגענע ייִדיש־ייִדישע טערמינאַטאָרן, און ניט, חס־וחלילה, רוסישע שװאַרץ־מאהניקעס אָדער דײַטשישע נאַציאָנאַל־סאָציאַליסטן, יימח שמם וזכרם. װי זאָגט איר, ר’ ייִד? אהבֿת סופֿרים מרבה קבֿרים?… צי דאָס איז פּשוט, ניט פֿאַר קײנעם געדאַכט, אַזאַ דערשטיקנדיקע טראַדיציאָנעלע ייִדישע ליבע?…
המשך קומט
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.