דער 10טער אויגוסט וואָלט געווען דער הונדערטסטער געבוירן־טאָג פֿון דער נישט־ייִדישער פֿראַנצייזישער שרײַבערין שאַרלאָט דעלבאָ, וועלכע איז דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ, און האָט נאָך דער מלחמה אָנגעשריבן אַ צאָל פּיעסעס און לידער, מע זאָל נישט פֿאַרגעסן די אַכזריותן פֿון די נאַציס.
דער פֿראַנצייזיש־ייִדישער מלחמה־קאָרעספּאָנדעט זשאַן האַצפֿעלד האָט געלויבט דעלבאָ ווי „אַ שרײַבערין, וועלכע באַווײַזט, אַז די דעסטרוקטיווסטע כּוחות קאָנען קיין מאָל נישט באַזיגן די שיינקייט פֿון ווערטער‟.
דעלבאָס וויניעטן, פֿרײַע פֿערזן און פֿילאָסאָפֿישע דראַמעס ווערן אָפֿט באַצייכנט ווי זכרונות, אָבער אין דער אמתן, זענען זיי נעענטער צו די אימפּרעסיאָניסטישע ליטעראַרישע דערקלערונגען פֿון אַנדערע נישט־ייִדישע שרײַבער, וואָס די נאַציס האָבן באַצייכנט פֿאַר די שׂונאים פֿון פֿאַשיזם, און פֿאַרשיקט אין קאָנצענטעראַציע־לאַגער. צווישן זיי — דער שפּאַניש־געבוירענער מחבר האָרכע סעמפּרון; דער פֿראַנצויז, ראָבער אַנטעלמע און דער פּאָליאַק, טאַדיוש באָראָווסקי — מוטיקע שרײַבער וועלכע האָבן געליטן לעבן־לאַנגע פֿיזישע קראַנקייטן צוליב דעם ברוטאַלן נאַצי־רעזשים, הגם זיי האָבן אַלע גוט געוווּסט, אַז מע האָט זיי באַהאַנדלט רעלאַטיוו גוט, אין פֿאַרגלײַך מיט די ייִדן.
אין איין ליד שרײַבט דעלבאָ: „צוליב דעם וואָס איך קער זיך אום פֿון אַן אָרט פֿון וואַנען קיינער קערט זיך נישט אום / דאַכט זיך דיר, אַז איך ווייס אַלץ / און דו לויפֿסט מיר אַנטקעגן / פֿול מיט שאלות / דײַנע שאלות וועגן זאַכן, וואָס מע טאָר נישט דערמאָנען / ס׳דאַכט זיך דיר, אַז איך ווייס די ענטפֿערס / איך ווייס נאָר דאָס וואָס ס׳איז קלאָר ווי דער טאָג: / לעבן טויט אמת‟.
דעלבאָ האָט אַנטוויקלט איר דראַמאַטישן סטיל נאָך פֿאַר דער מלחמה, ווען זי האָט געדינט ווי די סעקרעטאַרין בײַם פֿראַנצייזישן אַקטיאָר, לויִ זשוּווע, וועלכער האָט געהאַט אַ ספּעציעלן טאַלאַנט אויסצושפּילן מעטאַפֿאָרן. דעלבאָס פּאָעזיע און פּראָזע זענען אויך שטאַרק מעטאַפֿאָריש, און באַשטייען פֿון בלויז איין אמתן פּאַרשוין: זי אַליין.
אין 1943, אינעם צוואַנגלאַגער „רײַסקאָ‟ (אַ צוגאָב פֿון בירקענאַו און אַ סאַטעליט־לאַגער פֿון אוישוויץ), האָט דעלבאָ, אין איינעם מיט אַנדערע נישט־ייִדישע אַרעסטאַנטקעס, אינסצענירט זשאַן־באַפּטיסט מאָליערס קאָמעדיע „דער אויסגעטראַכטער אינוואַליד‟. די פּיעסע, וואָס די טרופּע האָט געדאַרפֿט געדענקען אויף אויסנווייניק, ווײַל קיינער האָט נישט געהאַט קיין צוטריט צום טעקסט, האָט געטראָגן אַ ספּעציעלע איראָניע — אַלע באַטייליקטע אין דער דראַמע האָבן ערשט געהאַט קוים איבערגעלעבט טיפֿוס.
נאָך דער מלחמה האָט דעלבאָ געאַרבעט ווי אַ סטענאָגראַפֿין בײַ דער „יו־ען‟, וווּ איר חלום צו פֿאַראייניקן די מענטשהייט מיט פֿילאָסאָפֿיע האָט בײַ איר פֿאַרנומען דעם אויבן־אָן. זי האָט ווײַטער געשריבן, אָבער נאָר פֿאַר זיך אַליין — צום טייל, ווײַל דער עולם איז נישט געווען פֿאַראינטערעסירט אין פֿילאָסאָפֿישע פּיעסעס אָדער אין דער טעמע דער חורבן אין פֿראַנקרײַך. ערשט אין די 1960ער יאָרן האָט דעלבאָ אָנגעהויבן פּובליקירן אירע לידער און פּראָזע. זי איז געשטאָרבן פֿון ראַק אין 1985, נישט־וויסנדיק, אַז אירע ווערק, וואָס אירע מיטצײַטלער האָבן געהאַט איגנאָרירט, וועלן מיט יאָרן שפּעטער געלויבט ווערן צוליב דעלבאָס קוראַזש און פֿעסטער אמונה אין דער צוקונפֿט פֿון דער מענטשהייט, נישט געקוקט אויף די טראַגעדיעס פֿון נעכטן און הײַנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.