ביז איצט זענען אַלע ייִדישע חתונות, וואָס הרבֿ טאַמאַש וועראָ האָט דורכגעפֿירט אין „קעמפּ סאַרוואַש‟, אונגאַרן, געווען בלויז אינסצענירטע, כּדי צו ווײַזן דער אונגערישער ייִדישער יוגנט, ווי אַזוי מע שטעלט אַ חופּה.
דעם זומער האָט מען אין לאַגער אָבער צום ערשטן מאָל געפּראַוועט אַן אמתע חתונה פֿון צוויי אָנגעשטעלטע — באַרבי פּאַסטערנאַק־סענדי און אַנדראַש פּאַסטערנאַק. הרבֿ וועראָ, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער „סינאַגאָגע אויף לעאָ פֿראַנקעל גאַס‟, איז געווען דער מסדר־קידושין.
דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך טאַקע באַקענט אין „סאַרוואַש‟, אַ זומער־לאַגער געשטיצט פֿונעם „דזשוינט‟, וואָס ציט צו קעמפּערס פֿון 25 לענדער אין צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע. אַנדראַש, אַ סלאָוואַקיש־געבוירענער און דאָקטאָראַנט אין בר־אילן אוניווערסיטעט אין ישׂראל, האָט פֿאַרבראַכט זײַן ערשטן זומער אין „סאַרוואַש‟ ווי אַ ייִנגל פֿון 10 יאָר. באַרבי, אַ קאָאָרדינירערין פֿון אַ יוגנט־גרופּע אינעם „באַלינט ייִדישן קהילה־צענטער‟ אין בודאַפּעשט, האָט אָנגעהויבן קומען, ווען זי איז געווען 14 יאָר.
מיט דער צײַט זענען ביידע געוואָרן מיטאַרבעטער אינעם קעמפּ, און פֿאַראַיאָרן זומער האָבן זיי זיך פֿאַרליבט. זיי זענען פֿאַרקנסט געוואָרן אין יאַנואַר.
ווען דער קעמפּ־דירעקטאָר, אַלכּסנדר „סאַשאַ‟ פֿרידמאַן, האָט דערהערט, אַז זיי זענען געוואָרן חתן־כּלה, האָט ער, האַלב־וויצלענדיק, פֿאָרגעלייגט, אַז מע קאָן שטעלן די חופּה אין לאַגער דעם 16טן יוני, און צוגעגעבן: „מיר וועלן אײַך מאַכן די בעסטע חתונה, וואָס ס׳איז אַ מאָל געווען‟.
אַ סך אַנדערע פּאָרפֿעלקער, וועלכע האָבן זיך באַקענט דורך „סאַרוואַש‟ האָבן אויך געקלערט וועגן חתונה האָבן אינעם לאַגער, אָבער אַנדראַש און באַרבי זענען די ערשטע, וועלכע האָבן עס טאַקע געטאָן.
„מיר האָבן שטאַרק ליב דעם קעמפּ,‟ האָט זי געזאָגט. „ס׳איז אַ גרויסער טייל פֿון אונדזער לעבן.‟
מע האָט די צערעמאָניע דורכגעפֿירט אין דרויסן, און דערלאַנגט צום טיש די טראַדיציאָנעלע פּאָטראַוועס פֿון יעדן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס אין „סאַרוואַש‟.
די מיטאַרבעטער, וואָס אַ טייל פֿון זיי זענען אַמאָל אַליין געווען קעמפּערס דאָרט, האָבן מיט גרויס חשק געהאָלפֿן מיט די צוגרייטונגען. „מיר אַלע — פֿון די ראַטירער ביז די טעכניקער — האָבן דערפֿילט ווי דאָס איז אונדזער אייגענע חתונה, און דערפֿאַר האָבן מיר עס געוואָלט דורכפֿירן אויפֿן סאַמע שענסטן אופֿן,‟ האָט הרבֿ פֿרידמאַן באַמערקט.
„ס׳איז טאַקע געווען דאָס בעסטע אָרט פֿאַר דער חתונה,‟ האָט באַרבי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.