דער סקאַנדאַל מיט דער ביבליאָטעק פֿונעם ליובאַװיטשער רבי, יוסף יצחק (הריי״ץ), װאָס געפֿינט זיך אין דער רוסישער מלוכה־ביבליאָטעק (די אַמאָליקע לענין–ביבליאָטעק) האָט געהאַט אײן פּאָזיטיװן רעזולטאַט. די רײַכע זאַמלונג פֿון לשון־קודשדיקע ספֿרים אין דער דאָזיקער ביבליאָטעק האָט באַקומען אַ געהעריקע באַהאַנדלונג, און די ביכער זײַנען איצט צוטריטלעך פֿאַר לײענער. װי אַ פּשרה מיט די אַמעריקאַנער חב״דניקעס, האָט די רוסישע רעגירונג באַשלאָסן איבערצוגעבן די זאַמלונג הרײ״ץ אינעם נײַעם ייִדישן מוזײ אין מאָסקװע, װאָס איז למעשׂה אַ טײל פֿונעם גרױסן חב״ד־קאָמפּלעקס אין דער געגנט פֿון מאַרינע־ראָשטשאַ. פֿאָרמעל אָבער בלײַבן די דאָזיקע ביכער אינעם רשות פֿון דער רוסישער מלוכה־ביבליאָטעק.
די זאַמלונג פֿונעם הריי״ץ איז געװען בלױז אײן באַשטאַנד־טײל פֿונעם רײַכן ייִדישן פֿאָנד אין דער לענין־ביבליאָטעק. די צװײ אַנדערע װיכטיקע זאַמלונגען אינעם דאָזיקן פֿאָנד האָבן אַ מאָל געהערט צו דעם מאָסקװער רבֿ יעקבֿ מאַזע (1859—1924) און דעם פֿאָרשער, זאַמלער פֿון העברעיִשער ליטעראַטור, באַראָן דוד גינזבורג (1857—1910). איצט קאָן מען באַקוקן אײניקע ספֿרים פֿון די דאָזיקע דרײַ זאַמלונגען אױף דער אױסשטעלונג אינעם אָריענטאַלן אָפּטײל פֿון דער רוסישער מלוכה־ביבליאָטעק.
אױף דער אױסשטעלונג װערן פֿאָרגעשטעלט פֿאַרשידענע מוסטערן פֿון ייִדישן ביכערדרוק, װאָס זײַנען דערשינען אין די שטעט און שטעטלעך פֿון דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע. דאָ זעט מען סײַ די פּראָדוקציע פֿון באַקאַנטע דרוקערײַען, װי „די אַלמנה און ברידער ראָם‟ אין װילנע אָדער „די ברידער שאַפּיראָ‟ אין זשיטאָמיר, סײַ די זעלטענע עקזעמפּלאַרן פֿון קלײנע פֿאַרלאַגן אין די קלײנע שטעטלעך, װאָס האָבן אַרױסגעגעבן בלױז עטלעכע טיטלען. גאָר אינטערעסאַנט זײַנען די „קאָנטראַפֿאַקטאָװע‟ אױסגאַבעס. מען האָט זײ בכּיװן געגעבן אַ פֿאַלשן פֿאַרלאַג־נאָמען און אַרײַנגעשמוגלט אין רוסלאַנד פֿון אױסלאַנד, אױסמײַדנדיק די רוסישע צענזור.
די דראַמאַטישע געשיכטע פֿון ייִדישן דרוק אין רוסלאַנד װערט איבערגעגעבן אינעם קורצן אַרטיקל פֿון אַנאַ נעסיס װעגן דעם ענין פֿון די סלאַװוּטער דרוקער, ברידער שאַפּיראָ. די רעגירונג פֿונעם צאַר ניקאָלײַ דעם ערשטן, װאָס האָט געהאַט אין זינען צו באַקעמפֿן די טראַדיציאָנעלע סיסטעם פֿון דער ייִדישער דערציִונג, האָט געלאָזט בלױז צװײ דרוקערײַען, װאָס האָבן געמעגט דרוקן ייִדישע ספֿרים: אײנע אין װילנע און די אַנדערע אין זשיטאָמיר. אַלע „טריפֿענע‟ ביכער האָט די רעגירונג געהײסן צו פֿאַרניכטן. די דאָזיקע גזירה האָט געדױערט אַרום צװאַנציק יאָר, פֿון 1836 ביזן טױט פֿונעם צאַר ניקאָלײַ אין 1855.
די מאָסקװער זאַמלונג איז באַזונדערס אינטערעסאַנט, װײַל דאָ געפֿינען זיך אײניקע פֿון אָט די פֿאַרװערטע ספֿרים, װאָס די צאַרישע צענזור האָט קאָנפֿיסקירט און געשיקט אין דער מלוכה־ביבליאָטעק. צװישן די פֿאַרװערטע ביכער זײַנען געװען מעשׂיות װעגן חסידישע צדיקים. אַזאַ בוך איז, למשל, „קהל חסידים‟ פֿון ר׳ װאַלדען, װאָס איז אַרױס אין װאַרשע אַרום 1870, אָבער צוליב „קאָנספּיראַציע‟ איז דאָס אָרט ניט אָנגעװיזן. דאָס איז אײנע פֿון די ערשטע זאַמלונגען פֿון געשיכטעס װעגן דעם בעש״ט און זײַנע תּלמידים.
גאָר זעלטענע ספֿרים זײַנען דאָ צװײ בענד פֿון „ליקוטי מוהר׳ן‟ פֿון ר׳ נחמן פֿון בראָסלעװ, װאָס זײַנען אַרױס אין 1821 אין אָסטרע און מאָלעװ, הגם די פֿאָרשער האַלטן, אַז באמת זײַנען זײ געדרוקט געװאָרן אין בראָסלעװ גופֿא. דאָ געפֿינט מען אױך דעם „ספֿר לקוטי תּורה‟ פֿון רבי שניאור זלמן, װאָס האָט געהערט צו דעם דריטן ליובאַװיטשער רבי, ר׳ מנחם מענדל שניאורסאָן. דאָס בוך איז אַרױס אין זשיטאָמיר אין 1848 אין דער דרוקערײַ פֿון די ברידער שאַפּיראָ.
ביז גאָר אַ זעלטנהייט איז אױך די ערשטע אױסגאַבע פֿונעם סאַמע ערשטן חסידישן ספֿר „תּולדות יעקבֿ יוסף‟ פֿון דעם בעש״טס תּלמיד ר׳ יעקבֿ יוסף פֿון פּאָלאָנע. דער דאָזיקער ספֿר איז אַרױס אין קאָרעץ אין 1780, און כּמעט אַלע עקזעמפּלאַרן זײַנען פֿאַרניכטעט געװאָרן דורך די מתנגדים. סוף 18טן, אָנהײב 19טן יאָרהונדערט איז די װאָלינער שטאָט קאָרעץ געװען אײנער פֿון די ערשטע צענטערס פֿון חסידישן ביכערדרוק. דאָ זײַנען אַרױס חיבורים פֿון די ערשטע חסידישע צדיקים און קבליסטישע פּרושים פֿון ר׳ יצחק לוריא און זײַן תּלמיד חײם װיטאַל. װילנע, די הױפּטשטאָט פֿון די מתנגדים, האָט געשמט מיט די פּרעכטיקע אױסגאַבעס פֿון חומש און גמרא. און אין 1833 איז דאָ אַרױס דער „ספֿר איל משולש‟, אַ מאַטעמאַטישער חיבור פֿון ר׳ אליהו, דעם װילנער גאון.
זײער אינטערעסאַנט איז די געשיכטע פֿון דער ייִדישער דרוקערײַ אינעם שטעטל מינקאָװיץ אין פּאָדאָליע. דער פּריץ איגנאַטי מאַרכאָצקי האָט געשאַפֿן אַן אײגענע מלוכה אין זײַן מאַיאָנטעק, װוּ ער האָט בדעה געהאַט מקיים צו װערן די מאָדערנע פּאָליטישע פּרינציפּן. ער האָט אױפֿגעשטעלט גרענעץ־סלופּן, װאָס האָבן אָפּגעטײלט זײַן מאַיאָנטעק פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אײַנגעפֿירט זײַן אײגן געלט און זײַן אײגענע מיליטער. מאַרכאָצקי האָט ליב געהאַט ייִדן און געשטיצט די ייִדישע דרוקערײַ. זײַן מלכות האָט געדױערט בלױז עטלעכע יאָר, ביז דער רוסישער צאַר האָט געשיקט זײַנע סאָלדאַטן און אומגעקערט דאָס שטעטל מינקאָװעץ מיט די סבֿיבֿות אינעם באַשטאַנד פֿון דער רוסישער אימפּעריע. אָבער די ייִדישע דרוקערײַ האָט געאַרבעט װײַטער. אין משך פֿון 32 יאָר זײַנען דאָרט אַרױס 40 ספֿרים, צװישן זײ סידורים, מחזרים, חומשים, מדרשים, תּהילים, װי אױך חסידישע און קבליסטישע ספֿרים. די דאָזיקע אױסגאַבעס האָבן זיך אױסגעטײלט מיט אַ הױכער קװאַליטעט, און מחברים פֿון פֿאַרשידענע ערטער האָבן געשיקט זײערע כּתבֿ־ידן קײן מינקאָװעץ אױף צו דרוקן.
דער שײנער אילוסטרירטער קאַטאַלאָג פֿון דער אױסשטעלונג פֿאַרמאָגט קורצע ביבליאָגראַפֿישע באַשרײַבונגען פֿון די ספֿרים מיט זײערע שער־בלעטער. דער הויפּט פֿונעם ייִדישן אָפּטײל, קאָנסטאַנטין בורמיסטראָװ, שרײַבט אינעם אַרײַנפֿיר צו דעם קאַטאַלאָג: „די ביכער, װאָס זײַנען פֿאָרגעשטעלט אױף דער אױסשטעלונג, שפּיגלען אָפּ פּראַקטיש אַלע זשאַנערס פֿון ייִדישן ביכערדרוק אין רוסלאַנד‟. אָבער אין דער אמתן װערן דאָ פֿאָרגעשטעלט בלױז רעליגיעזע ספֿרים, בעת די װעלטלעכע ביכער, אי אױף העברעיִש, אי אױף ייִדיש, װערן אַפֿילו ניט דערמאָנט. דאָס איז גאַנץ איראָניש, װײַל מאַרק שאַגאַלס אילוסטראַציעס אינעם קאַטאַלאָג זײַנען גענומען דװקא פֿון די ייִדישע ביכער!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.