גאַז אין דעם מיטלענדישן ים

Gas in the Mediterranean

„תּמר‟ — די נאַטירלעכע פּראָדוקציע־פּלאַטפֿאָרמע פֿון גאַז נישט ווײַט פֿונעם ישׂראל־ברעג
Getty Images
„תּמר‟ — די נאַטירלעכע פּראָדוקציע־פּלאַטפֿאָרמע פֿון גאַז נישט ווײַט פֿונעם ישׂראל־ברעג

פֿון שבֿע כּהן

Published August 15, 2013, issue of August 30, 2013.

איך געדענק אַ וויץ פֿון מײַנע קינדער-יאָרן: פֿאַרוואָס האָט גאָט, צווישן די אַלע לענדער פֿון מיטל־מיזרח, געבראַכט דווקא די ייִדן אין אַזאַ אָרט, וווּ ס‘איז נישטאָ קיין טראָפּן נאַפֿט?! הײַנט גייט אָן אַ שארפֿע דעבאַטע צווישן דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג: וואָס זאָל די מדינה טאָן מיט די ביליאָנען דאָלאַרן, וואָס זי גייט פֿאַרדינען פֿון איר גאַז?

די מעשׂה פֿון גאַז אין מיטלענדישן ים איז אַ נײַע, אָבער אויך אַ קאָמפּליצירטע. לויט די אינטערנאַציאָנאַלע אָפּמאַכן האָט יעדע מדינה עקסקלוסיווע עקאָנאָמישע רעכט איבערן וואַסער־שטח ביז 200 קילאָמעטער פֿון איר ברעג, אַרײַנגערעכנט דעם גאַז, וואָס געפֿינט זיך אויך אין דער ערד אונטערן ים. אַזאַ סיסטעם אַרבעט זייער גוט, אַז מען רעדט וועגן אַ ברייטן אָקעאַן, אָבער וואָס געשעט אין אַ מצבֿ פֿון ענגשאַפֿט, ווי עס איז אינעם מיטלענדישן ים? ווי עס פֿירט זיך, האָבן די מדינות געדאַרפֿט באַשטימען זייערע וואַסער־גרענעצן, אָבער דאָס איז דערווײַל נישט געשען.

די ווירקלעכקייט ווײַזט, אַז נישט אַזוי פֿיל מדינות האַלטן, אַז ס‘איז וויכטיק אונטערצושרײַבן אַזאַ הסכּם. די לענדער פֿונעם קאַספּישן ים, למשל, שעפּן גאַז מיט די עמערס און ווערן קורח-רײַך אָן צו דעפֿינירן די גרענעצן אויפֿן וואַסער. אָבער אַזאַ שיטה אַרבעט נישט אין אונדזער געגנט. דער מיטל-מיזרח איז אפֿשר אוניקאַל אין דער וועלט דערמיט, וואָס כּבֿוד פֿאַרנעמט דאָ דעם אויבן אָן, און מענטשן זײַנען גרייט צו בלײַבן אָרעם און נעבעכדיק צוליב זייערע פּרינציפּן. דער רעזולטאַט דערפֿון איז, אַז קיינער האָט נישט גערעדט וועגן אַזעלכע גרענעצן איידער מען האָט געפֿונען גאַז און איצט, אַז מען האָט שוין יאָ געפֿונען איז געוואָרן אוממעגלעך צו רעדן וועגן גרענעצן.

איין בײַשפּיל: דער קאָנפֿליקט צווישן ציפּערן און טערקײַ. טערקײַ איז דאָס איינציקע צווישן אַלע לענדער אין דער וועלט וואָס האַלט, אַז עס עקזיסטירט אַ טערקישע מדינה אין צפֿון־ציפּערן און צוליב דעם, האָט די רעגירונג פֿון ציפּערן נישט קיין רעכט איבערן גאַז. אַוודאי, מעג טערקײַ זוכן גאַז דאָרטן, אָבער נאָר ווי אַ „גאַסט‟ פֿון דער רעגירונג אין ציפּערן.

נאָך אַ בײַשפּיל איז ישׂראל און לבֿנון. ציפּערן און לבֿנון האָבן אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך וועגן די גרענעצן נאָך אין 2005, אָבער צוליב דעם וואָס די לבֿנונישע רעגירונג אַרבעט אַזוי פּאַוואָליע, האָט דער פּאַרלאַמענט קיין מאָל דעם אָפּמאַך נישט באַשטעטיקט. אַז ישׂראל און ציפּערן האָבן שפּעטער געוואָלט אונטערשרײַבן אַזאַ הסכּם צווישן זיך, וואָס האָט גענוצט דעם דרומסטן פּונקט פֿון דער גרענעץ לויט דעם אָפּמאַך פֿון 2005, ווי דער אָנהייב פֿון דער גרענעץ צווישן ישׂראל און ציפּערן, איז לבֿנון באַלד אַרויס מיט אַ טענה, אַז ישׂראל פּרוּווט צו גנבֿענען דעם שטח פֿון לבֿנון.

אין פּרינציפּ איז שוין באַשטעטיקט געוואָרן צו וועמען געהערט דער גאַז, וואָס מען האָט שוין געפֿונען, אָבער דאָס מיינט נאָך נישט, אַז די פּראָבלעם איז אין גאַנצן געלייזט געוואָרן. אַפֿילו אַזאַ פּשוטע פֿראַגע ווי, וואָס זאָל ישׂראל טאָן מיטן אַרויסבאַקומענעם גאַז, האָט אויך אַ פֿאַרנעפּלטן ענטפֿער, און נישט ווײַל מען האָט עטלעכע מעגלעכקייטן, נאָר ווײַל עס איז נישט קלאָר, ווער עס זאָל באַשליסן — די רעגירונג צי די גאַז-קאָמפּאַניעס?

איין אָפּציע וואָלט געווען ציפּערן, אָבער דאָס קאָן גורם זײַן דיפּלאָמאַטישע פּראָבלעמען מיט טערקײַ, דווקא אין דער צײַט, ווען מען פּרוּווט צו פֿאַרבעסערן די צווישן־באַציִונגען. צו פֿאַרקויפֿן גאַז צו טערקײַ? עס קאָן אויך זײַן אַזאַ אָפּציע, ס‘וואָלט אָבער טײַערער געמאַכט דעם גאַז, ווײַל דער רער טאָר נישט פֿאַרטשעפּען די לבֿנונישע טעריטאָריע. דערצו מוז מען גלייבן, אַז די באַציִונגען מיט טערקײַ וועלן נישט ווערן ערגער מיט דער צײַט. אַ דריטע אָפּציע איז אַריבערצופּעקלען דעם גאַז אינעם גאַז־טערמינאַל אין אַקאַבאַ, יאָרדאַניע; און אַ פֿערטע אָפּציע איז צו פֿאַרקויפֿן צו כינע. אָבער וואָס ס‘איז ביליקער פֿאַר יצחק תּשובהן און פֿאַר נאָבל־ענערגיע איז נישט זיכער, צי ס‘איז גוט פֿאַר ישׂראל פֿון אַ געאָ-סטראַטעגישן שטאַנדפּונקט.

אַזעלכע געשיכטעס חזרן זיך איבער אינעם גאַנצן ראַיאָן. אין לבֿנון קען מען קוים פֿאַרקויפֿן די רעכט צו זוכן גאַז, צוליב די קאָנפֿליקטן צווישן די פֿאַרשידענע רעליגיעזע גרופּעס. טערקײַ לײַדט פֿון פּראָטעסטן. וואָס וועט זײַן מיט עגיפּטן איז אויך נישט קלאָר. די פּאַלעסטינער האָבן אויך אַ ביסל גאַז אין עזה־פּאַס, אָבער עס איז צו טײַער אים אַרויסצובאַקומען, דערצו האָבן זיי נישט קיין געלט דאָס צו טאָן. עס וואָלט געווען לאָגיש, אַז ישׂראל זאָל דעם גאַז אַרויסבאַקומען פֿאַר זיי, איז ווידער — דער הײַנטיקער פּאָליטישער מאָמענט איז ווײַט נישט קיין פֿויגלדיקער.

הײַנט איז שווער צו טרעפֿן, צי די גאַנצע מעשׂה אַרום דעם גאַז וועט האָבן אַ גוטן צי אַ שלעכטן סוף; איין זאַך איז כּמעט זיכער: דער גאַז וועט נאָר פֿאַרערגערן די שפּאַנונגען צווישן די לענדער, און נישט פֿאַרקלענערן זי.