ערשט ווען דער קעז „ביימיש קרעמערײַ באָהאָ בעל‟ איז סערווירט געוואָרן צום טיש פֿון דעם פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, האָט ליסאַ גאָטרײַך זיך געכאַפּט, אַז אפֿשר איז איר טאַקע יאָ געראָטן די נײַ אויסגעקליבענע קאַריערע פֿון אַ קעזקאָכערין. „איך האָב אָנגעהויבן וויינען, ווען איך האָב דאָס דערהערט‟, האָט זי געזאָגט וועגן יענער אונטערנעמונג.
„אויב מע וויל צוגרייטן עסנוואַרג פֿון אַ הויכער קוואַליטעט אין קאַליפֿאָרניע, דאַרף מען מאַכן אַ פּראָדוקט וואָס דער פֿאַרמער אַליין קען זיך נישט פֿאַרגינען צו קויפֿן, און דערנאָך פֿאַרקויפֿן דעם פּראָדוקט צו אַ רעסטאָראַן, וואָס וואָלט געווען אַזוי טײַער, אַז דער פֿאַרמער וואָלט דאָרטן קיין מאָל נישט געקענט עסן. דאָס איז דער סימן, אַז אײַער שווערע פּראַצע האָט זיך אויסגעצאָלט‟, דערציילט זי.
גאָטרײַך, 51 יאָר אַלט, מאַכט קעז כּמעט איר גאַנץ לעבן, אָבער פֿון אַ צײַטפֿאַרטרײַב, אַ „האָבי‟, איז דאָס געוואָרן איר פּרנסה מיט עטלעכע יאָר צוריק. דעמאָלט האָט זי געאַרבעט מיט קאָמפּיוטערס און איר זיווג־לעבן האָט זיך געהאַלטן בײַם צעפֿאַלן. האָט זי געוואָלט בײַטן איר לעבן. „איך האָב באַשלאָסן צו טאָן עפּעס, וואָס וועט מיך מאַכן גליקלעך‟, דערציילט זי, און גיט צו, אַז זי האָט אויסגעביטן איר מאַן אויף ציגן.
גאָטרײַך שטאַמט פֿון אַ שוועדיש־ייִדישער היים אין דער מאַרין־געגנט אין קאַליפֿאָרניע און איז אויפֿגעוואַקסן מיט חיות. זי האָט תּמיד ליב געהאַט פֿיזישע אַרבעט. „איך האָב ליב צו שוויצן. ווען איך וואָלט געווען אַ שקלאַף אין מצרים, וואָלט איך פֿרײַוויליק געבויט די פּיראַמידן‟. ווי אַ 16־יאָריק מיידל, האָט זי געאַרבעט אין אַ קיבוץ אין ישׂראל און שטודירט העברעיִש אין שול, אָבער פּונקט ווען זי האָט געוואָלט צוריקפֿאָרן קיין ישׂראל, האָט אויסגעבראָכן די לבֿנון־מלחמה אין 1982. איז זי געפֿאָרן קיין איטאַליע און דאָרטן זיך באַשעפֿטיקט אין עסן און אַגריקולטור. גאָטרײַך האָט צוויי קינדער, רחל, 21 און סעם, 17, וועלכער גיבן אַכטונג אויף די ציגן. די משפּחה דאַוונט אין דער „בית־עמי‟־סינאַגאָגע אין סאַנטאַ־ראָזאַ.
„איך האָב אַ גוטן געשמאַק און איך טראַכט אַליין אויס אַלע מײַנע קעזן‟, באַטאָנט זי. איר קעז־פֿאַרם „בײמישע קרעמערײַ‟ האָט זי לאַנצירט אין 2009 מיט אַ שותּף, אָבער זי איז הײַנט די איינציקע באַלעבאָסטע. עס געפֿינט זיך לעבן דעם „ביימישן שאָסיי‟. זי פּראָדוצירט דערווײַל 11 קעזן, וועלכע זענען באַקאַנט פֿאַר זייער ווייניק געזאַלצנקייט. דער נײַסטער קעז מאַכט זי פֿון דער מילך פֿון אַ וואַסער־בופֿלאָקס.
אויף איר לאַנד־שטח האָט זי אַ סטאַדע ציגן און זי קויפֿט קו־ און שאָפֿן־מילעך פֿאַר אירע קעזן בײַ די שכנישע פֿאַרמער. זי האַלט נישט פֿון קאָנקורסן, אָבער דאָס איינציקע מאָל וואָס זי האָט זיך באַטייליקט אין אַ קאָנקרוס בײַם קאַליפֿאָרניער שטאַטישן יריד, האָט איר קעז געוווּנען דעם גאָלדענעם מעדאַל. נישט געקוקט אויף דעם רעלאַטיוו אומבאַקאַנטן סטאַטוס פֿון איר פּראָדוקט, האָבן עטלעכע באַרימטע קאָכערס פֿון דער סאַן־פֿראַנציסקער געגנט געלויבט איר סחורה.
דזשעף דײַמאָנד, אַ קענער און סוחר פֿון טײַערע ווײַנען און קעזן, האַלט, אַז „מע וועט נישט געפֿינען אַזוינע קעזן אין דער גאַנצער וועלט. זיי קאָמבינירן איר שאַפֿערישקייט און מבֿינות.‟
גאָטרײַך זאָגט, אַז אירע טאַטע־מאַמע פֿאַרשטייען נישט, פֿאַר וואָס זי האָט דאָס אויסגעקליבן ווי אַ קאַריערע. איר שוועסטער עמילי איז אַן אָנפֿירערין בײַם „צענטער פֿון מיטל־מיזרחדיקע שטודיעס‟ בײַם בערלקי־ אוניווערסיטעט. „אַוודאי, באַשטייט די געוויינטלעכע ייִדישע אימיגראַנטן־איבערלעבונג פֿון האָבן קינדער, וועלכע ווערן דאָקטוירים און אַדוואָקאַטן, אָבער ווען מע גיט אַ קוק אַרײַן אין דער תּורה, זעט מען, אַז ייִדישקייט איז אויך אַן אַגריקולטורעלע רעליגיע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.