מ’קען אפֿשר דורך דער צײַט שלײַפֿן און שניצן דעם כאַראַקטער, אָבער אַזוי ווי מען איז צו זיבן, אַזוי איז מען צו זיבעציק, זאָגט דאָס ייִדישע ווערטל. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָב איך אַמאָל געהאַט אַ פּראָפֿעסאָר פֿון סאָציאָלאָגיע אין קאָלעדזש, וועלכער האָט מיך פּריטשמעליעט, ווען ער האָט אונדז גלײַך פֿון אָנהייב מודיע געווען, אַז אַ מענטש ווערט געבוירן מיט דער אָנשיקעניש, וואָס מיר רופֿן עובֿר־בטל, טעמפּ, איינער וואָס איז צום באַרג סיני נישט דערגאַנגען. דורך דער צײַט איז ער, אָדער זי געווען פֿאַרנומען מיט דערציִונג, באַקומען אַ פּראָפֿעסיע, דערנאָך משפּחה־אָנגעהעריקייטן, קינדער — אַלץ אין איינעם האָבן פֿאַרשלונגען ס’רובֿ פֿון זײַנע יאָרן. ערשט ווען מ’גיט אויס קינדער אין פֿריידן, מ’בלײַבט אַן אַלמן אָדער אַלמנה, מיטאַמאָל באַווײַזט זיך דער אומגעבעטענער גאַסט, וואָס מען רופֿן בײַ אונדז עובֿר-בטל, „סעניליטי‟ און צומאָל „אָלסהײַמערס‟-קרענק. צי דאָס איז מעדיציניש אויסגעהאַלטן, אין דעם בין איך נאָך נישט זיכער, אָבער פֿאָרט…
אין דער מינוט, ווען איך גיב אַ טראַכט אויף צוריק קען איך אַליין אַ קימא־לן נאָענטע, וואָס פֿאַלן אונטער דער קאַטעגאָריע. איך רעד וועגן אַ מענטשן וואָס איז געווען אַ ספּריטנער, ענערגישער, געזאָטן מיט לעבן, מיט אײַנפֿאַלן און שרעק. דערצו איז ער געווען אַ געפֿערלעכער סקנער, און דאָס זעט איר, ליבע פֿרײַנד, איז ערגער פֿון אַ קרענק. געגעסן האָט ער סקאָרינקעס און רעפֿטלעך פֿון ברויט, וואָס ס‘איז שוין דערויף געוואַקסן אַ ווײַסע באָרד. ער איז געווען אַ קאַרגער, זיך געזשאַלעוועט אַ פֿריש שטיקל פֿלייש אָדער פֿיש. געלעבט אויף זופּקעלעך וואָס ער אַליין האָט זיך פּאַסמאַקעוועט דערמיט. ער פֿלעגט זאָגן:
„כ’האָב זיך געמאַכט אַן אָנגערײַשט זופּקעלע מיט אַ מערעלע, אַ קאָרטאָפֿעלע, בעבלעך פֿון אַ קאַן, און כ’מוז דיר זאָגן, קיין שום רעסטאָראַן קען זיך דערצו נישט פֿאַרגלײַכן.‟
ער האָט זיך געשראָקן פֿאַר ראָסקאָש, פֿאַר אויסגעבן אַן אומזיסטן גראָשן, דעריבער האָט ער געזאַמלט אַ יעדן געהאַלט, די בײַכיקע באַנק־ביכלעך האָבן שוין בײַ אים גענומען ווערן פּוכקע, האָט ער זיך מיט דער צײַט פֿאַרגינען צו קויפֿן אַ קאָאָפּעראַטיווע דירה, וואָס איר ווערט איז געוואַקסן ווי אויף הייוון. אַ צווייטע דירה ערגעץ אין די קעטסקיל־בערג אויפֿן זומער, און אַ דריטע אין צענטער פֿון שטאָט. און וואָס בײַכיקער די באַנק־ביכלעך האָבן זיך צעוואַקסן, אַלץ קאַרגער איז ער געוואָרן.
„בערנאַרדאָ סערצע!‟ — האָב איך אים אויסגערעדט, — „ס’איז געקומען די העכסטע צײַט צו עסן ווי אַ מענטש. פֿאַר וועמען זאַמלט איר אײַער פֿאַרמעגן? קיין ווײַב האָט איר נישט, קיין קינד קיין רינד פֿאַרמאָגט איר נישט, ווער וועט אײַך ירשענען איבער הונדערט און צוואַנציק? עס איז געקומען די העכסטע צײַט צו קויפֿן זיך אַ לײַטישן מלבוש, אַ נײַ בערעטקעלע, שיך וואָס פּאַסן אײַך צו דער מאָס. איר זעט דאָך אויס — אַ שענערן באַגראָבט מען.‟
און וואָס אַן אמת האָט ער שוין געליטן אויפֿן האַרץ, אויף די נירן און אויף די דריזן. ער האָט עס אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט, ווי איינער זאָגט:
„נישט מיך מיינט מען‟.
איז ער טאַקע געקומען צו קבֿר ישׂראל אָן אַ צוואה, זעט אויס ס’איז אים געווען אַ שאָד אָנצושטעלן אַן אַדוואָקאַט וואָס זאָל זיך פֿאַרנעמען דערמיט. ממש עובֿר־בטל אַ ייִד. זײַן גאַנץ פֿאַרמעגן איז אויסגעגאַנגען נאַמאַרנע, און אין האַרצן האָב איך געטראַכט, כאָטש איין מיליאָן וואָלט ער איבערגעלאָזט פֿאַרן „פֿאַרווערטס‟, די צײַטונג וואָס האָט אים סײַ באַרויִקט און סײַ אויפֿגערעגט.
דער צווייטער פֿאַל האָט צו טאָן מיט אַ דערשראָקענער ייִדענע. כּל־זמן איר מאַן האָט געלעבט, זײַנען זיי ביידע געווען פֿאַרנומען טאָג און נאַכט אין געשעפֿט פֿאַר כירורגישע מכשירים. אויף אַזוי פֿיל, אַז זיי האָבן געמוזט עפֿענען אַ צווייט און אַ דריט געשעפֿט, אַזוי גוט איז זיי געגאַנגען. אָנגעזאַמלט אַן אפּותיקא, געקויפֿט אַ הויז אין סקאַרסדייל, אַ צווייט הויז אין פּאַלם־ביטש און אַ קאַמעניצע אין מאַנהעטן.
די קינדער האָט מען אויסגעשולט אין האַרוואַרד און יעיל, אין פּרינסטאָן און קאָלומביע. איינער איז געוואָרן אַ כירורג, דער צווייטער אַן אַדוואָקאַט און אַ דריטע — אַ דיפּלאָמאַט. דאַכט זיך, אַ נישקשהדיקע דערגרײכונג. נעמט דער מאַן און שטאַרבט איר אַוועק, און זי בלײַבט אָנהענטיק. וואָס טוט מען איצט? קיין געלט פֿעלט נישט, קיין הײַזער פֿעלן נישט, מ’קען זיך פֿאַרגינען פֿון פֿויגל־מילך, נעמט די פֿרוי און פֿאַלט אַרײַן אין אַ פּאַניק. היתּכן? זי קען זיך נישט פֿאַרגינען ר יעדע קלייניקייט. זי לויפֿט אין די סופּערמאַרקעטן וווּ טואַלעט־פּאַפּיר קאָסט מיט צוויי סענט ביליגער.
עפּעס האָט זיך געגעבן אַ ריר אין איר מוח און זי איז צוריק געוואָרן אַן אָרעמאַנסקע פּאַרשוינטע, ווי זי איז געווען פֿאַר דער מלחמה, ווען עס האָט זיי אויסגעפֿעלט געלט און וואַסער אויף קאַשע, און ווי נאָר עס האַנדלט זיך וועגן אויסגעבן אַ גראָשן, האָט זי איין פּזמון:
„וואָס מיינסטו, כ’בין אַ גבֿירטע? אויב כ’וועל זיך נעמען אויסגעבן און לעבן אין ראָסקאָש, וועל איך אין אַ קורצער צײַט אַרום לעבן בלויז אויף ׳סאָשל־סעקיוריטי׳, שוין אָפּגערעדט פֿון קענען אויסלעבן מײַנע געבליבענע יאָרן אין אַ הויז פֿאַר עלטערע מענטשן, ווער האָט אַזאַ געלט.”
איך שווײַג, ווײַל איך האָב איר געלט נישט געציילט און עס גייט מיך ווייניק וואָס איז איר פֿאַרמעגן. איך דערצייל איר וועגן מײַן פֿרײַנד בערנאַרדאָ, און ווי ער איז אַוועק פֿון דער וועלט ווי אַ שנאָרער אָן אַ צוואה. זי ווערט אויפֿגעקאָכט:
„אַזאַ אָפּגעשטאַנענע ברואה! אַזאַ צעדרייטער! אַזאַ עובֿר־בטלניק! זיך נישט פֿאַרגינען ס’לעבן און געשטאָרבן אַ רײַכער פּענטאַק.‟
איך הער זיך צו און שווײַג. אויף בערנאַרדאָן האָב איך כּסדר געשריגן און געליאַרעמט, אויף איר איז נישטאָ וואָס זיך צו בייזערן, ווײַל זי האָט זיך אומגעקערט צו איר קינדהייט, איר אָרעמקייט און איר שרעק פֿאַרן לעבן.
איך האַלט ווידער, נישט צו וואַרטן אויף די אַריכת־ימים יאָרן, פֿאַרגינט זיך ס’לעבן איידער מ’ווערט אָן די ענערגיע צו שטעלן אַ פֿוס, איידער מ’ווערט באַפֿאַלן פֿון אַ מענגע חלאתן און איידער מ’ווערט אָן דעם שׂכל־הישר. איז ייִדן, כּל־זמן די פֿיס טראָגן, דער קאָפּ אַרבעט און ס’פֿאַרשמעקט אײַך אַ טראָפּן ווײַן, אַ טעלער טשאָלנט מיט קישקע, אַן אויספֿלוג קיין אַלאַסקע אָדער אַן אינדזעלע, וווּ מ’קען אָפּרוען די נערוון און כאַפּן פֿיש —לאָזט נישט אַדורך די געלעגנהייט, ווײַל איר האָט שוין ווער עס זאָל טשאַטעווען זיך אויף אײַך, נישט קיין אַנדערע ווי די מאַדאַם “סיניליטי” און איר אוכאַזשאָר, מיסטער „אָלסהײַמער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.