אַ „סכנות‟־פּלאַן וואָס ווערט איצט צוגעגרייט וואָלט קאָמבינירט בײַשטײַער־דאָלאַרן פֿון אַמעריקע מיט פֿאָנדן פֿון דער ישׂראל־רעגירונג און געשאַפֿן די טײַערסטע פּראָ־ישׂראלדיקע קאַמפּאַניע אין דער געשיכטע. אויב ס‘וועט מקוים ווערן, וועט די איניציאַטיוו אויסגעבן 300$ מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו שטיצן ישׂראל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אין אַנדערע עדות איבער דער וועלט. די סומע איז דרײַ מאָל אַזוי פֿיל ווי מע גיט אויס סײַ פֿאַרן „געבורטרעכט‟־פּראָיעקט און סײַ פֿאַר די צווײַגן פֿון „הילל‟ אויף די אוניווערסיטעט־קאַמפּוסן.
דערווײַל האַלט זיך צוריק די נתניהו־רעגירונג פֿון אָפֿיציעל שטיצן דעם פּלאַן. „אינעם איצטיקן מאָמענט, באַטראַכטן מיר פֿאַרשיידענע אופֿנים ווי צו שטאַרקן די באַציִונגען צווישן ישׂראל און די ייִדן אין די קבֿוצות‟, האָט דערקלערט דעם פּרעמיער ביוראָ דעם 14טן אויגוסט. לויט מישאַ גאַלפּערין, דעם הויפּט־געלט־שאַפֿער בײַ דער „סכנות‟, שטיצט נתניהו יאָ דעם פּלאַן. „דאָס איז די ריכטונג אין וועלכער דער פּרעמיער וויל צילן‟, האָט ער באַטאָנט. גאַלפּערין זאָגט, אַז נתניהו וויל נישט רעדן וועגן דעם פּלאַן אין דער עפֿנטלעכקייט, אָבער האָט געבעטן בײַם פֿאָרזיצער פֿון דער „סכנות‟, נתן שטשאַראַנסקי, ער זאָל אויספֿאָרשן, צי דער פּלאַן קען אויסגעפֿירט ווערן.
לויט גאַלפּערין, וועט אַ טייל פֿון די פֿאָנדן, וואָס אַמעריקאַנער ייִדן גיבן זייערע ייִדישע פֿעדעראַציעס, ווערן ווײַטער געשיקט צו דער „סכנות‟ אין ישׂראל. דערנאָך וועט די אינסטאַנץ צוגעבן רעגירונג־פֿאָנדן צו דער סומע, און צוריקשיקן טייל געלטער צוריק אין אויסלאַנד.
ייִדישע באַאַמטע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן זאָגן, אַז ס‘אַרט זיי נישט, וואָס די „סכנות‟ נעמט זיי נישט אַרײַן אין פּלאַן. „מיר וועלן צוזאַמען זיצן בײַם טיש און בשותּפֿות מיטאַרבעטן‟, זאָגט דזשערי סילווערמאַן, פּרעזידענט און פֿאַרוואַלטער פֿון דער „ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון צפֿון־אַמעריקע‟. סילווערמאַנס גרופּע האָט געהאַט אַ בודזשעט פֿון 47$ מיליאָן אין 2010. דאָס איז בלויז אַ זעקסטל פֿונעם בודזשעט פֿונעם פֿאָרגעלייגטן פּלאַן.
לויטן פּלאַן וועט אַ טייל פֿונעם געלט געניצט ווערן צו שטיצן „געבורטרעכט‟ און אַנדערע נסיעות קיין ישׂראל פֿאַר יונגע־לײַט אין אויסלאַנד. אָנדערע פֿאָנדן וואָלט מען געניצט אויף דערציִונג אין אַנדערע לענדער, און צו שיקן ישׂראלים צו ייִדישע אינסטיטוציעס מחוץ ישראל. צום סוף, וואָלט אַ טייל פֿאָנדן געשטיצט פּראָ־ישׂראלדיקע אַקטיוויטעטן אויף אוניווערסיטעט־קאַמפּוסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.