אַנטיסעמיטן און לעאָ פֿראַנק

Anti-Semites Celebrate Leo Frank Anniversary

לעאָ פֿראַנק, אויפֿגעהאָנגען דורך די „לינטשערס‟
לעאָ פֿראַנק, אויפֿגעהאָנגען דורך די „לינטשערס‟

פֿון פּאָל בערגער (Forward)

Published August 21, 2013, issue of September 13, 2013.

מיט 100 יאָר צוריק, איז אַ ייִד מיטן נאָמען לעאָ פֿראַנק באַשולדיקט געוואָרן אינעם מאָרד פֿון מערי פֿייגאַן, אַ 13־יאָריק מיידל פֿון אַטלאַנטע. דאָס געריכט האָט אים פֿאַרמישפּט צו אַ לעבנסלאַנגן תּפֿיסה-טערמין. מיט צוויי יאָר שפּעטער, האָט אַ גרופּע מענטשן אַרויסגעגנבֿעט פֿראַנקן פֿון דער תּפֿיסה און אים „געלינטשעט‟ — דערהרגעט בפֿרהסיה.

דער אַרעסט און „לינטש-מישפּט‟ איבער פֿראַנקן האָט אַקטיוויזירט דעם „קו־קלוקס-קלאַן‟. הײַנט, מיט 100 יאָר שפּעטער, ציט די געשיכטע צו דעם אויפֿמערק פֿון די נעאָ-נאַציסטן. אַ ריי וועבזײַטן מיט אַזעלכע נעמען, ווי leofrank.info און leofrank,org, זעען אויס ווי פּראָפֿעסיאָנעל־געמאַכטע היסטאָרישע אַרכיוון, וווּ אַ נײַגעריקער געשיכטע-פֿאָרשער קאָן זיך באַקענען מיט לעאָ פֿראַנקס ביאָגראַפֿיע. למעשׂה, זענען זיי געשאַפֿן געוואָרן דורך אַנטיסעמיטישע רעוויזיאָניסטן.

מאַרק פּאָטאָק, דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „אויסשפּיר-באַריכט‟ („Intelligence Report‟), פֿאַרעפֿנטלעכט דורכן „דרומדיקן געזעץ-צענטער פֿאַר אָרעמע-לײַט‟ („SPLC‟), האָט געזאָגט, אַז אַזעלכע וועבזײַטן „שטרעבן אָפּצוסמען די יונגע מוחות‟ מיט העסלעכע געדאַנקען. לעאָ פֿראַנקס מעשׂה איז געווען אַ באַרימטער פֿאַל פֿונעם ייִדישן קאַמף פֿאַר בירגערלעכע רעכט. אַ סך זשורנאַליסטן און פֿאָרשער גלייבן נישט, אַז ער האָט דערמאָרדעט דאָס יונגע מיידל. פּאָטאָק האָט צוגעגעבן, אַז די אַנטיסעמיטן ווילן שילדערן אים ווי אַ געפֿערלעכן רשע, כּדי אַרויסצורופֿן בײַ די לייענער אַ שׂינאה צו ייִדן.

די נעאָ-נאָציסטן פֿירן הייסע דיסקוסיעס וועגן פֿראַנקן אויף דער אינטערנעץ. אַ ספּעציעל זײַטל וועגן אים אויפֿן „פֿייסבוק‟ פֿירט צו פֿאַרשיידענע נעאָ-נאָציסטישע וועבזײַטן. הענרי מענקענס היסטאָרישער זשורנאַל „The American Mercury‟ („דאָס אַמעריקאַנער קוועקזילבער‟), וועלכער איז לעצטנס אויפֿגעלעבט געוואָרן אויף דער אינטערנעץ דורך די נעאָ-נאַציס, האָט פּובליקירט עטלעכע רעוויזיאָניסטישע אַרטיקלען וועגן פֿראַנק, כּדי אָפּצומערקן אויף אַזאַ אופֿן דעם יאָרטאָג פֿון זײַן מישפּט.

צוליב דער אַנאָנימער נאַטור פֿון דער אינטערנעץ, איז שווער אויסצוגעפֿינען, ווער ס׳שטייט הינטער די דאָזיקע וועבזײַטן. איינע פֿון זיי — leofrank.info — באַהאַלט זיך אָבער נישט אויס. דער בעל-הבית פֿון דער דאָזיקער וועבזײַט, קעווין סטראָם פֿון שאַרלאָטסוויל, שטאַט ווירדזשיניע, איז אַ גוט באַקאַנטער נעאָ־נאַצי, וועלכער האָט שטאַרק באַווירקט די אַמעריקאַנער ווײַטע סופּרעמאַסיסטן. מיט עטלעכע יאָר צוריק איז אָבער סטראָמס פּאָפּולאַריטעט אין די דאָזיקע קרײַזן געפֿאַלן, ווען ער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿאַרן האַלטן בײַ זיך אין שטוב פּאָרנאָגראַפֿישע בילדער פֿון קינדער.

הײַנט פּובליקירט סטראָם דעם ראַסיסטישן אינטערנעץ-זשורנאַל „נאַציאָנאַלער אַוואַנגאַרד‟. דער אַנטי-ראַסיסטישער געזעץ-צענטער „SPLC‟ זאָגט, אַז סטראָם איז „מסתּמא, דער איינציקער עכטער אינטעלעקטואַל אויף דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער נעאָ-נאַציסטישער סצענע‟. דער פֿריִערדיקער „קאָפּ‟ פֿון די נעאָ-נאַציסטן, וויליאַם פּירס, איז געשטאָרבן אינעם יאָר 2002.

דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ האָט געפֿרעגט די „אַנטי-דעפֿאַמאַציע-ליגע‟ וועגן סטראָם. די אָרגאַניזאַציע האָט געענטפֿערט, אַז לויט אירע קוואַלן, שטייט דער דאָזיקער פּאַרשוין הינטער לכל-הפּחות פֿיר אַנטיסעמיטישע וועבזײַטן וועגן לעאָ פֿראַנק.