אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר האָט מען אַ סך געטאָן, כּדי צו באַקענען דעם ענגליש־שפּראַכיקן עולם מיט פֿאַרגעסענע ייִדישע שרײַבערינס. אָבער עד־היום פֿעלט אונדז אַ געהעריקע אָפּשאַצונג פֿון זײער בײַטראָג אין דער ייִדישער ליטעראַטור און זײער אָרט אין דער ייִדישער ליטעראַרישער סיסטעם. אין מיזרח־אײראָפּע האָבן אַ סך מײדלעך, בפֿרט פֿונעם שטאָטישן מיטל־שטאַנד, באַקומען אַ גוטע װעלטלעכע דערציִונג און זײַנען געװען גוט אָנגעלײענט אין דער מאָדערנער רוסישער, פּױלישער, דײַטשישער און פֿראַנצױזישער ליטעראַטור. אָבער ערשט װען זײ זײַנען געקומען קײן אַמעריקע, האָבן זײ באַקומען אַ מעגלעכקײט זיך אָפּצוגעבן מיט ליטעראַטור פּראָפֿעסיאָנעל, און דװקא אױף ייִדיש. צו דעם אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט איז ניו־יאָרק שױן געװען די װעלט־שטאָט פֿון ייִדיש, מיט צענדליקער פֿאַרלאַגן, צײַטונגען און טעאַטער־אַנשטאַלטן, װאָס האָבן זיך גענײטיקט אין ליטעראַרישע טאַלאַנטן.
להיפּוך צו די ייִדישע מאָדערניסטן פֿונעם מאַנצבלישן געשלעכט, זײַנען די פֿרױען ניט געװאָרן אָנפֿירער פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם. אָבער זײער סטיל און טעמעס זײַנען װײַט ניט קײן טראַדיציאָנעלע. אין זײער שאַפֿונג האָבן זיך די פֿרױען אָריענטירט, קודם־כּל, אױף די אײראָפּעיִשע מוסטערן. זײערע חידושים האָבן צו טאָן מיט נײַע העלדן, נײַע פֿראַגן און נײַע זשאַנערס.
מרים קאַרפּילאָװע (1888־1956) איז געװען צװישן די סאַמע פּאָפּולערסטע ייִדישע שרײַבערינס אין אַמעריקע. אירע העלדינס זײַנען געװען ראָמאַנטישע נאַטורן, װאָס זוכן גליק אין ליבע אָבער דאַרפֿן זיך ראַנגלען מיט די שװערע אומשטאַנדן. קאַרפּילאָװע האָט געשריבן אין דער אינטימער פֿאָרעם פֿון טאָגבוך אָדער בריװ, װאָס האָט איר דערמעגלעכט דירעקט צו אַנטפּלעקן די אינעװײניקסטע געפֿילן פֿון אירע העלדינס. אירע װערק זײַנען דערשינען אין די ייִדישע צײַטונגען פֿון ברײטן פּאָליטישן ספּעקטרום — פֿונעם קאָנסערװאַטיװן „טאַגעבלאַט‟ ביז דער אַנאַרכיסטישער „פֿרײַע אַרבעטער שטימע‟, װי אױך אין דעם „פֿאָרװערטס‟. זי האָט זיך אָפּגערופֿן אױף די אַקטועלע פּראָבלעמען פֿון איר צײַט, װי מע זעט עס אַפֿילו אינעם טיטל פֿון איר סאַמע באַקאַנטן ראָמאַן, „טאַגעבוך פֿון אַ עלענדע מײדל אָדער דער קאַמפּף געגען פֿרײַע ליעבע‟. די מאָדערנע העלדין פֿונעם ראָמאַן זאָגט: „ליבע איז שטאַרקער פֿון דער מורא. קײן אינשורענס פּאָליסי קען מען אױף דעם ניט אַרױסנעמען, מען דאַרף ריזיקירן.‟
די װערק פֿון יענטע סערדאַצקי (1877־1962) זײַנען מער צום האַרצן דער הײַנטיקער פֿעמיניסטישער קריטיק. סערדאַצקי האָט אױך געשריבן פֿאַר פֿאַרשידענע ניו־יאָרקער צײַטונגען; עטלעכע יאָר האָט זי געאַרבעט פֿאַרן „פֿאָרװערטס‟, אָבער איז אַװעק איבער אַ סיכסוך מיט אַבֿרהם כּהן. אירע העלדינס זײַנען אומאָפּהענגיקע פֿרױען, אַ סך פֿון זײ האָבן זיך באַטײליקט אין דער רעװאָלוציאָנערער באַװעגונג אין רוסלאַנד, און איצט זוכן זײ אַן אָרט אין דער נײַער װעלט. אירע װערק זײַנען עד־היום אינטערעסאַנט מיט זײער פּסיכאָלאָגישן אַנאַליז פֿון דער אימיגראַנטישער סבֿיבֿה פֿון אַמאָליקע רוסישע רעװאָלוציאָנערן אין אַמעריקע.
פֿראַדל שטאָק האָט געשעפּט שטאָף פֿאַר אירע דערצײלונגען פֿון איר גאַליציאַנער הײמשטאָט סקאַלע, װאָס האָט זיך געפֿונען אױף דער סאַמע רוסישער גרענעץ. זי אַנטפּלעקט די דערשטיקטע און דערקװעטשטע אינערלעכע באַגערן און געפֿילן פֿון אירע העלדינס, װאָס מוזן זיך צופּאַסן צו די שטרענגע באַדינגונגען פֿונעם אַלטן ייִדישן שטײגער. אין אַמעריקע האָט שטאָק געהאַט ענלעכע קאָנפֿליקטן צווישן די ניו־יאָרקער שרײַבער־פֿרויען — סײַ ייִדישע און סײַ ניט־ייִדישע. עטלעכע װערק אירע זײַנען דערשינען אין די מאָדערניסטישע צײַטשריפֿטן פֿון „די יונגע‟, אָבער די קריטישע רעאַקציע פֿון די מענער איז געוואָרן די סיבה, אַלמאַי סערדאַצקי איז אין די 1920ער אַװעק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
אײנע פֿון די סאַמע אָריגינעלע און אינטערעסאַנטע ייִדישע מחברינס אין ניו־יאָרק איז געװען רחל לוריא (1882־1929). איר בוך „מאָדנע װענטשן‟ (1918) נעמט אַרײַן פֿאַרשידענע לעבנס־געשיכטעס, װאָס דער דערצײלער (זי שרײַבט כּסדר אין דער מענערישער פּערזאָן) האָט דערהערט אין די ניו־יאָרקער קאַפֿעען און פּאַרקן פֿון צופֿעליקע באַקאַנטע. לוריא איז אַ מײַסטערין פֿון קורצער און שאַרפֿער פּראָזע; זי שרײַבט מיט איראָניע און מיטלײַד צו די צרות פֿון אירע העלדן.
די דערצײלונג „חנהלע‟ דערמאָנט אין נאַבאָקאָװס ראָמאַן „לאָליטאַ‟, אָבער אין אַ מער צניותדיק־ייִדישן נוסח. אַן אַכט־און־צװאַנציק־יעריקער יונגערמאַן איז אײַנגעלאַדן געװאָרן אין אַ פֿאַרמעגלעכער ייִדישער משפּחה צו לערנען די קינדער ייִדיש און העברעיִש. „דער פֿאָטער פֿון דער פֿאַמיליע איז געװען אײנער פֿון די פֿיעלע נאַציאָנאַלע בעל־תּשובֿות, װאָס האָבן זיך פּלוצלינג באַװיזן אין ניו־יאָרק, װי שװעמלעך נאָך אַ רעגן.‟ די סאַמע געטרײַע תּלמידה זײַנע איז די ייִנגסטע טאָכטער, די פֿערצן־יעריקע חנהלע. זי פֿירט זיך אױף װי אַ קינד, האָט ליב צו זיצן אױף דעם לערערס שױס און צומאָל געבן אים אַ קוש, אָבער מיט דער צײַט פֿילט ער זיך װאָס מער אומבאַקװעם מיט אַזאַ מין צערטלעכקײטן.
אײן נאַכט, װען דער לערער איז פֿאַרבליבן נעכטיקן אינעם הױז פֿון דער משפּחה, איז חנהלע געקומען צו אים אין זײַן שלאָפֿצימער. װען דער לערער האָט זי גענומען אױף די הענט כּדי אַריבערצוטראָגן אין איר בעט, האָט זי אים געשעפּטשעט אינעם אױער אױף אַלע דרײַ שפּראַכן: „אני אוהבת אותך, ענד אַי לאָװ יו װערי מאָטש, און איך האָב אײַך ליב!‟. איבערגעשראָקן, אַנטלױפֿט דער לערער דעם קומעדיקן מאָרגן אַװעק פֿון ניו־יאָרק. עס זײַנען פֿאָרבײַ זיבן יאָר, „און הײַנט קער איך מיר אום פֿון מײַן גלות, פֿול מיט האָפֿענונג און האַרץ־קלאַפּן, חנהלע װידער אַ מאָל צו זען!‟
פֿרױען זײַנען געװען אַ װיכטיקער טײל פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער לאַנדשאַפֿט. זײערע װערק האָבן צוגעצױגן לײענער, און די רעדאַקטאָרן פֿון אַלע ייִדישע צײַטונגען האָבן זײ גערן געדרוקט. טעמאַטיש און סטיליסטיש זײַנען די דאָזיקע װערק געװען מאָדערן, אָבער ניט „מאָדערניסטיש‟. להיפּוך צו די מענער, האָבן די ייִדישע שרײַבערינס ניט געשאַפֿן קײן מאָדערניסטישע גרופּע אָדער באַװעגונג, װאָס זאָל זיך אַנטקעגנשטעלן דער דיקטאַטור פֿון צײַטונגען אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור. די „ערנסטע‟ קריטיקער, װאָס זײַנען אַלע געװען מענער, האָבן געקוקט אױף די פֿרױען פֿון אױבן אַראָפּ, און אָפֿטמאָל ניט געקאָנט אָפּשאַצן די אָריגינעלקײט פֿון זײערע װערק. האָפֿטנלעך, װעט דער נײַער דור ייִדישע קולטור־פֿאָרשער איבערלײענען די שאַפֿונגען פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבערינס פֿון דאָס נײַ, און אָפּגעבן זײ װאָס זײ קומט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.