צוויי ייִדן מיט אַ ליטוואַק


פֿון משה לעמסטער

Published August 22, 2013, issue of September 13, 2013.

דאָס ווערטל, וואָס איז גענומען פֿאַרן טיטל, קאָן מען געפֿינען אין סטוטשקאָווס „אוצר‟. ענלעכע אויסדרוקן וועגן די ליטוואַקעס זײַנען פֿאַראַן אין פֿאַרשיידענע אויסגאַבעס פֿון ייִדישע שפּריכווערטער. געוויינטלעך, זענען זיי געווען פֿאַרשפּרייט אין פּוילן. איגנאַץ בערנשטיין אין זײַן זאַמלונג פֿון ייִדישע שפּריכווערטער שרײַבט: „די פּוילישע ייִדן טראַכטן אויס אויף זייערע ליטווישע ברידער פֿאַרשידענע חסרונות און האַלטן זיי בכלל פֿאַר פֿאַלשע מענטשן‟.

בלויז עטלעכע בײַשפּילן פֿון דער זאַמלונג: „אַ ליטוואַק טוט תּשובֿה נאָך פֿאַר דער עבֿודה‟, „דו ביסט דאָך ניט קיין ליטוואַק, פֿאַר וואָס ביסטו אַ חזיר?‟, „וווּ אַ ליטוואַק איז געזעסן, זאָל מען אויסברענען דאָס אָרט‟, „ווען גלייבט אַ ליטוואַק? — ווען ער ציילט דרײַ מאָל איבער‟. אין פּוילן האָט מען געשראָקן די ייִדישע קינדער, זאָגנדיק: „דער ליטוואַק וועט דיך כאַפּן‟. דעריבער פֿלעגן די קינדער, דערזעענדיק אַ ליטוואַק, נאָכשרײַען: „לח”ם‟, וואָס איז ראָשי־תּיבֿות פֿון: „ליטוואַק‟, „חזיר‟, „ממזר‟. מע פֿלעג אויך זאָגן: „אַ ליטוואַק האָט אַ צלם אין קאָפּ‟, אויף וואָס דער ליטוואַק פֿלעגט ענטפֿערן: „טאָ קוש מיך, ניט אין קאָפּ אַרײַן‟. אין דער קעשענעווער צײַטונג „דער מאָרגן‟ פֿון דעצעמבער 1919, געפֿינען מיר אַן אַרטיקל: „געדאַנקען פֿון אַ ליטוואַק אַ צלם־קאָפּ‟.

רעדנדיק וועגן פּוילן, דאַרפֿן מיר דערמאָנען, אַז, אַ דאַנק דעם „ליטוואַק‟, האָבן מיר י. ל. פּרצעס „אויב נישט נאָך העכער‟. אונדזער קלאַסיקער, ווי אַן אמתער פּוילישער ייִד, מאָלט אין זײַן באַוווּסטער דערציילונג דעם העלד אַזוי: „איר קענט דאָך די ליטוואַקעס: פֿון מוסר־ספֿרים האַלטן זיי ווייניק… ווײַזט דעם ליטוואַק אַ בפֿירושע גמרא — די אויגן שטעכט ער אויס. אַפֿילו משה רבינו, ווײַזט ער, האָט בײַם לעבן נישט געקאָנט אַרויף אויפֿן הימל… נו, גיי שפּאַר זיך מיט אַ ליטוואַק!‟

דער געבוירענער אין אַמעריקע און דאָך, דער אַמעריקאַנער ליטוואַק, פּראָפֿעסאָר הירשע־דוד קאַץ, האָט פֿאַרדראָסן, אַז דער ליטוואַק, דער מתנגד, פֿון י. ל. פּרצעס דערציילונג ווערט אַ חסיד פֿון דעם נעמיראָווער רבי. אונדזער פֿרײַנד קאַץ, ווי אַן אמתער ליטוואַק, האַלט פֿאַר נייטיק אָפּענטפֿערן! שרײַבט ער אָן אַ דערציילונג: „אױב נישט נאָך קליגער‟. אָט, ווי דער מחבר שילדערט אין דער דערציילונג דעם העלד: „ער איז געגאַנגען, דער ליטװאַק, מיט אַ קלײן בערדעלע און אַ דײַטשיש רעקל, אינגאַנצן אָן פּאות אַ ייִד. זײַן היטל איז אַפֿילו געװען אַ ׳ייִדיש היטל׳, מיט אַ קאַזיריק, נאָר װאָס, אָנשטאָט אַ פֿלאַכן דעקל פֿון אױבן איז געװען אַ קאַפּוזע. אין גאַס האָבן אים נאָכגעשריִען קינדער: ׳אָנגעבלאָזענער לוטװאַק׳… אַ ליטװאַק אַ בעל־עגלה איז אַרײַנגעפֿאָרן, זיצט ער אין בית־מדרש און לערנט אַ בלאַט גמרא פֿאַר זיך…‟

אין פֿאַרגלײַך מיט י. ל. פּרצעס „אויב נישט נאָך העכער‟, קומט אין קאַצס דערציילונג אַלץ פֿאָר פֿאַרקערט: דער חסיד פֿון אַן אוקראַיִניש שטעטל, וואָס איז לעבן בערדיטשעוו, פֿאָרט און בלײַבט אין שטעטל נאַראַט, לעבן ווילנע, און ווערט אַ מתנגד. און „טאָמער האָט עמעצער געלאָזן פֿאַלן אַז דער נאַראַטער רבֿ איז קלוג װי שלמה המלך, האָט ער שטילערהײט אַ זאָג געטאָן: „אױב נישט נאָך קליגער.‟

אַגבֿ, דער טאַטע פֿונעם פּראָפֿעסאָר, דער פּאָעט מעינקע קאַץ, אַ ליטווישער ליטוואַק, האָט געשריבן אין „דאָס ליד פֿון אַ ליטוואַק‟: /…די בולבע ווי אַ ליטוואַק לערנט,/ /טיף דעם סוד פֿון ווערן, אונטער דער ערד…/

אין דער פּעטערבורגער צײַטונג „יודישעס פֿאָלקס־בלאַט‟, פֿאַרן יאָר 1884, האָט אַ מחבר זיך אונטערגעשריבן מיטן פּסעוודאָנים „אַ וואַרשעווער ליטוואַק‟. געפֿינען מיר באַלד צווישן די קאָרעספּאָנדענטן, ווי אַן ענטפֿער, אַן אַנדער פּסעוודאָנים: „אַ ליטווישער ליטוואַק (ניט קיין וואַרשעווער)‟. אונדזער שלום־עליכם האָט אויך רעאַגירט אויף די אַרטיקלען פֿון דער צײַטונג און אָפּגעדרוקט אין „יודישעס פֿאָלקס־בלאַט‟ אַ פֿעליעטאָן: „אַן ענטפֿער דעם וואַרשעווער ליטוואַק‟…

יאָ, אונדזער קלאַסיקער, „דאָס אייניקל‟, האָט אויך צווישן זײַנע ליטעראַרישע העלדן דעם „ליטוואַק‟; למשל, אין זײַן ניט־אָפּגעדרוקטער פּאָעמע „פּראָגרעס פֿון ציוויליזאַציע‟ (פֿעליעטאָן). דער הויפּט־פּאַרשוין פֿון זײַן שאַפֿונג איז אַ ליטוואַק, וועלכן שלום־עליכם באַשרײַבט אַזוי: „דאָס מיידלשע מלמדל‟,/ „דאָס שרײַבערל‟, דאָס „ליטוועקל‟/ און ווײַטער:

אַ קאָפּ אויף אים אַן אײַזערנער,

איז קלאָר גאַנץ ש”ס אויף אויסווייניק.

נישט פֿרעמד אין קליינע אותיותלעך

אַ חריף גאָר אין חשבונען

תּשבורת, געאָמעטריע

קאָן רוסיש…

אויך דײַטשעריס…

אַ ליטוואַק און אַ סוף…

אין די ייִדישע צײַטונגען געפֿינען מיר ניט ווייניק פֿעליעטאָנען אויף אונדזער טעמע: „בריוו פֿון אַ ליטוואַק‟, „אַ מאָנאָלאָג פֿון אַ ליטוואַק‟, „זוכט דעם ליטוואַק‟, „מסתּמא אַ ליטוואַק‟, „אַ שפּיצל פֿון אַ ליטוואַק‟, „אַ ליטוואַק מיט אַ גיטאַרע‟…

שלום־עליכמס „גוטער ברודער‟ — שאָמער, האָט נאָך אין 1883 אַרויסגעגעבן, ווי זײַן שטייגער איז, אַ ראָמאַן: „דער ליטוואַק, אָדער, דער תּלמיד־חכם‟. נאָך פֿאַר שאָמערן, אין 1870, האָט דער ייִדישער שרײַבער אײַזיק־מאיר דיק אָפּגעדרוקט זײַן ביכל: „דער ליטוואַק אין וואָלינען‟. יוסף אָפּאַטאָשו האָט אַ דערציילונג: „אַ מעשׂה פֿון אַ ליטוואַק‟, און משה הירשפֿעלד — אַ דראַמע: „דער ליטוואַק‟.

אויף בראָדוויי האָט מען אין ייִדישן טעאַטער געשפּילט אַ מוזיקאַלישע קאָמעדיע: „יאַנקעלע ליטוואַק‟; דעם יאַנקעלע האָט געשפּילט דער באַוווּסטער ייִדישער אַקטיאָר אַהרן לעבעדעוו. עס זײַנען אויך פֿאַראַן זינגלידער אויף אונדזער טעמע, ווי: „דער גאַליציאַנער און ליטוואַק‟. אין י. ל. כּהנס „ייִדישע פֿאָלקסלידער מיט מעלאָדיעס‟ געפֿינען מיר אַ קופּלעט:

…ליטוואַק חזיר, צו־צו־צו!

לייג דיך אין דר’ערד אַרײַן,

לי־לו־לו!

צוקערלעך איז בעסער,

שטעך זיך מיט אַ מעסער!…

אַ וואַרשעווער ליטוואַק, וועגן וועלכן מיר האָבן געטענהט פֿריִער, וואָלט געקאָנט זײַן דער ייִדישער שרײַבער דניאל טשאַרני, וועלכער האָט אין די 1950ער יאָרן אַרויסגעגעבן אין ניו־יאָרק דאָס ביכל: „אַ ליטוואַק אין פּוילן‟. אָט וואָס עס שרײַבט איטשע גאָלדבערג וועגן דניאל טשאַרני און זײַן, טשאַרניס, ברודער, שמואל ניגער, אינעם אַרטיקל „אַן אוקראַיִניזירטער ליטוואַק‟: „ביידע ברידער זענען ׳ליטוואַקעס׳, מתנגדים, נאָר דניאל איז אַן אוקראַיִנישע נשמה, אַ חסיד — ווייך, האַרציק, סענטימענטאַל, מיט אַ פֿײַנעם חוש פֿאַר אַן אומעטיקלעכן הומאָר.‟

בײַ אונדז אין בעסאַראַביע זענען פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה צווישן די לערערס פֿון חדרים, צווישן די רעליגיעזע טוערס אויך געווען ליטוואַקעס. בערל רויזן שרײַבט אין זײַן בוך „ליטעראַריש־היסטאָרישע שטודיעס‟: „די ליטוואַקעס מיט זייערע ׳אײַזערנע מוחות׳ האָבן געהאַט אַ שם מיט זייער לומדות ווײַט איבער די גרענעצן פֿון זייער לאַנד, געשפּילט אַ וויכטיקע און אָפֿט פֿירנדיקע ראָל אין אַלע רעליגיעזע, געזעלשאַפֿטלעכע און ליטעראַרישע באַוועגונגען פֿון די לעצטע צוויי יאָרהונדערטער‟.

וועגן דעם קאָנען מיר אויך לייענען אין אפֿרים אויערבאַכס שאַפֿונגען. אין דער פּאָעמע „דער ערשטער היק‟: „אַ משׂכּיל בין איך‟, זאָגט ער, „ווייסט וואָס איז אַ משׂכּיל?‟…/ „אַ ליטוועקל‟, לאַכט שלום…/

דער ליטוואַק „רב אַרטשע‟ איז געווען אפֿרים אויערבאַכס לערער אין חדר; וועגן דעם געפֿינען מיר אין זײַן ליד „דער ליטוואַק‟:

…פֿון דער ליטע איז אַ ייִד געקומען

מיט אַ בערדל ווי אַן אָפּגעריבן בעזימל,

מיט אַ פּנים ווי אַן אײַנגעדאַרטע פֿעל

און מיט שאַרפֿע שטעכעדיקע אויגן…

און דער רבי, דער ליטוואַק, אין אויערבאַכס ליד טרינקט אין בעסאַראַביע ייִדישן ווײַן פֿון ייִדישן ווײַנגאָרטן און צעוויינט זיך: „יין־גפֿן מאַמעס ווי אין כומעס‟ (ממש ווי אין חומש)…

כאָטש די בעסאַראַבער און אויך די אוקראַיִנער ייִדן האָבן ניט געהאַלטן פֿונעם ליטווישן ייִדיש, זענען זיי, פֿון דעסטוועגן, געווען זיכער, אַז די ליטוואַקעס רעדן אויף אַ „פּראַווילנעם‟, ריכטיקן, גראַמאָטנעם ייִדיש! וועגן דעם ליטווישן ייִדיש האָט ניט ווייניק געשריבן אין זײַנע לידער דער פּאָעט זיאַמע טעלעסין:

ווען איך האָב אין מינסק זיך געפֿרייט, —

בײַם ליטוואַק הייסט „פֿרייען זיך‟ — וווינען,

ווײַל „וווינען‟ בײַ אים די רייד…

באַקומט זיך ניט „וווינען‟, נאָר „וויינען‟…

אויף דער טעמע „ליטוואַק‟, קאָן מען אָנשרײַבן, מסתּמא, ניט איין דאָקטאָראַט. קלאָר איז איינס: ווען מע זאָגט אויף עמעצן — „אַ ליטוואַק‟, מיינט מען ניט נאָר, אַז דער דאָזיקער ייִד שטאַמט פֿון ליטע, ווי למשל, ווען מע דערמאָנט: „אַ בעסאַראַבער ייִד‟, „אַ רוסישער ייִד‟… דער טיטל „ליטוואַק‟ האָט אויך אַ קוואַליטאַטיוון אינהאַלט, וואָס מיינט צו זײַן, דעם ליטוואַקס ייִדיש לשון, זײַן רעליגיעזקייט, זײַן אײַזערנער מוח און נאָך און נאָך מעלות מיט חסרונות… דאָך, לאָמיר זיך האַלטן בײַם פּרץ־קאַץ־געדאַנק, אַז אַ ייִד אַ חסיד קאָן פֿליִען אַרויף אין הימל אַרײַן, אויב ניט נאָך העכער! אַ ייִד אַ מתנגד, אַ ליטוואַק, קאָן זײַן קלוג, ווי שלמה המלך — אויב נישט נאָך קליגער!