ווען דער מוסקלדיקער מאַן מיטן פּסעוודאָנים „Adam Real Man‟ („אָדם דער עכטער מאַן‟) האָט פּאַמעלעך אויסגעגלײַכט אַ מעטאַלענע פּאָדקעווע, איז דער עולם פֿאַרגאַפֿט געוואָרן. זײַן דעמאָנסטראַציע פֿון כּוח איז געווען איינער פֿון די הויפּט־אַקטן אין דער עפֿענונג פֿון דער אויסשטעלונג „Topsy Turvy: Coney Island Artists and the Amusement Utopia‟ („משה קאַפּויער: די אַרטיסטן פֿון קאָני־אײַלאַנד און דער גן־עדן פֿון פֿאַרווײַלונג‟), וועלכע איז פֿאָרגעקומען אינעם הויפּט–צענטער פֿונעם „דויטשע באַנק‟, אויף דער וואָל־סטריט אין מאַנהעטן.
זײַן טאַלאַנט איז אַ חידוש, אָבער נאָך אַ גרעסערער חידוש איז וואָס אויף זײַן האַלדז הענגט אַ ריזיקער „חי‟-צייכן. „יעדעס מאָל, ווען איך טרעט אויף, לאָז איך וויסן דעם עולם, אַז איך בין אַ ייִד,‟ האָט דער „ריִעל מען‟ מיר געזאָגט נאָך דער פֿאָרשטעלונג. ער האָט דערציילט, אַז אַמאָל, ווען ער איז אויפֿגעטראָטן פֿאַר אַ קריסטלעכן עולם אין אַלטונע, שטאַט פּענסילוועניע, האָט ער געוויזן, ווי ער קאָן אויסבייגן אַ גרויסן טשוואָק צווישן די הענט, באַשיצט מיט לעדער. האָט ער געזאָגט דעם עולם: „נישט קיין סטיגמעס פֿאַר אָט-דעם ייִד‟, מיט אַ רמז אויך יעזוסן — דעם אַנדערן ייִדן, וועלכער האָט געליטן פֿון וווּנדן, ווען מע האָט דורכגעשטאָכן זײַנע הענט מיט טשוועקעס. קיינער האָט נישט געלאַכט; האָט „אָדם‟ באַמערקט, אַז אינעם זאַל איז ער, ווײַזט אויס, דער איינציקער ייִד.
די „Amazing Amy‟, אַ פֿרוי, וועלכע קאָן אויסבייגן איר גוף אויף כּמעט ניסימדיקן אופֿן, האָט אויך ליב צו דערמאָנען וועגן איר ייִדישן אָפּשטאַם, און רופֿט זיך צומאָל אָן „יאָגע-יענטע‟. די קלאָונשע הילאַרי טשאַפּלען, וואָס פֿאַרוואַנדלט זיך בעת איר סאָלאָ-אויפֿטריט אין אַ רבֿ, וועלכער פֿירט דורך אַ חתונה און דערנאָך אַ ברית, באַהאַלט אויך נישט אויס אירע ייִדישע שרשים.
ס׳איז נישט קיין נאָווינע, אַז נישט ווייניק ייִדן האָבן געשפּילט אין וואָדעוויל- אָדער וואַריעטע־סצענעס. סאָפֿי טאָקער, אָל דזשאָלסאָן, פֿאַני ברײַס, עדי קאַנטאָר און די ברידער מאַרקס זענען געווען די גרעסטע שטערן אין די דאָזיקע זשאַנערס. עס קאָן זײַן, אַז די ייִדישע וואָדעוויל-טראַדיציע שטאַמט פֿון דער אַלטער קונסט פֿון די שטעטלדיקע בדחנים אין מיזרח-אייראָפּע, וועלכע פֿלעגן כּסדר פֿאַרווײַלן דעם עולם אויף חתונות.
אויף דער הײַנטיקער וואָדעוויל-סצענע זענען פֿאַראַן אויך אַ סך ייִדן און ייִדישע טעמעס. למשל, שיין בייקער, געבוירן אין אַ נישט-ייִדישער קריסטלעכער משפּחה, איז אַ באַקאַנטער ייִדיש-שפּראַכיקער וואָדעוויל-אַקטיאָר, וועלכער טרעט אויף אויף די ווידעאָ-פּראָגראַמען פֿונעם „פֿאָרווערטס‟.
דער „רעאַלער מאַן‟ האָט דערקלערט, אַז ייִדן זענען, לויט זײַן מיינונג, באַזונדערס טאַלאַנטירט אין אַזעלכע זשאַנערס. די ישׂראלדיקע אַקטריסע נאַטאַליאַ פּאַרוז, באַקאַנט ווי „The Saw Lady‟ („די זעג-פֿרוי‟), האָט דערציילט, ווי אַן אַפֿראָ-אַמעריקאַנער קריסטלעכער מיסיאָנער איז אַמאָל צוגעקומען צו איר, ווען זי האָט געזונגען דאָס באַקאַנטע חורבן-ליד „אלי, אלי‟ פֿון חנה סענעש אינעם ניו-יאָרקער טײַמס-סקווער. פֿריִער האָט זי געזען דעם זעלבן מיסיאָנער פּרעדיקן אַנטיסעמיטישע דרשות. דאָס מאָל האָט ער זיך אָבער צוגעהערט מיטן גרעסטן אויפֿמערק און באַמערקט, אַז דאָס ליד איז „אַן אמתע זאַך, וואָס קומט פֿון דער סאַמע נשמה‟.
פּאַרוז גלייבט, אַז די ייִדישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס שטאַמען, ווי זי גלייבט, נישט בלויז פֿונעם שטעטל, נאָר פֿון די אוראַלטע לוויים, וועלכע פֿלעגן זינגען אינעם בית-המיקדש. ס׳זעט אויס, אַז אַ טייל ייִדישע וואָדעוויל-אַרטיסטן באַטראַכטן גאַנץ טיף די ייִדישע שרשים פֿון זייער קונסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.