סוף פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער „שאַרלאָט ייִדיש־אינסטיטוט‟, צפֿון־קאַראָלײַנע, געפֿײַערט זײַן 35סטן געבוירן־טאָג. ווי געסט צו דער שׂימחה, זײַנען פֿאַרבעטן געוואָרן שמואל נאָריך, דער פֿאַרלעגער פֿון ביידע „פֿאָרווערטס‟־צײַטונגען און מײַן ווייניקייט, ווי דער רעדאַקטאָר פֿון דער ייִדישער אויסגאַבע. בכלל גייט אָן די פֿרײַנדשאַפֿט צווישן דעם ייִדיש־אינסטיטוט און דעם „פֿאָרווערטס‟ די אַלע 35 יאָר. צו דער עפֿענונג פֿונעם אינסטיטוט איז פֿאַרבעטן געוואָרן יוסף מלאָטעק, און אינעם ערשטן געבוירן־טאָג האָט זיך באַטייליקט דער מיטאַרבעטער פֿון „פֿאָרווערטס‟, אַבֿרהם שולמאַן. אין זײַן פֿילפֿאַרביקן רעפּאָרטאַזש אונטער דעם ראָמאַנטישן נאָמען „ייִדיש בליט אויפֿן שפּיץ פֿון אַ באַרג‟ שרײַבט ער: „דאָס אָרט ‘Wildacres׳, וווּ עס האָט זיך אָפּגעשפּילט דער ספּעקטאַקל ׳ייִדישער אינסטיטוט׳, איז אַ ווילדער באַרג, וואָס געפֿינט זיך אויף אַ הייך פֿון 3300 פֿוס, כּמעט דרײַ שעה מיט אַ קאַר פֿון דער שטאָט שאַרלאָט‟.
מיר בלײַבט נאָר צו באַשטעטיקן, אַז במשך פֿון דער צײַט איז דער באַרג קלענער נישט געוואָרן און יעדעס יאָר געפֿינען זיך בײַ אַ הונדערט בעלנים, וואָס דראַפּען זיך אַרויף אויפֿן סאַמע שפּיץ, נישט בלויז צוליב פֿאַרכאַפּט ווערן מיט דעם פּרעכטיקן נאַטור־ווינקעלע, וואָס איז געקרוינט געוואָרן, ווי „קליין־שווייץ‟, נאָר אויך זיך קוויקן מיט אַ ייִדיש וואָרט, ייִדיש ליד און ניגון. ס’איז שוין באמת געוואָרן אַ מין מינהג, אַז ווי נאָר עס קומט דער זומער, צעקריכן זיך, צעלויפֿן זיך, צעפֿאָרן זיך, צעפֿליִען זיך די פֿאַרברענטע ייִדיש־ליבהאָברס אין פֿאַרשידענע עקן פֿון דער וועלט, צו מאָל עקזאָטישע ווינקעלעך, גלײַך ווי נאָר דאָרט קאָן מען געניסן פֿון ייִדיש.
אָבער דער „ייִדיש־אינסטיטוט‟ אין שאַרלאָט, איז געווען „דער ערשטער פֿון די נײַ־געשאַפֿענע ייִדיש־קלובן פֿון אַמעריקאַנער דאָ־געבוירענע ייִדן, — האָט געשריבן יאָסל מלאָטעק, — וואָס האָבן אײַנגעפֿירט די ייִדיש־סעמינאַרן; דער אינסטיטוט באַנוגנט זיך אָבער נישט בלויז מיט לערנען און געניסן פֿון דער ייִדיש־קולטור, נאָר שטיצט אויך ייִדישע קולטור־אינסטיטוציעס אין לאַנד‟.
דעם וויכטיקן מאָמענט אין דער טעטיקייט פֿונעם אינסטיטוט, האָט בײַ דער עפֿענונג פֿון דער 35סטער סעסיע, באַטאָנט אויך אַבֿרהם לוסקי, וואָס שטייט אין שפּיץ פֿון אַן איבערגעגעבענער גרופּע ענטוזיאַסטן, וואָס אַ דאַנק זיי גייט אָן די אַרבעט יאָר־אײַן יאָר־אויס; אַ דאַנק זייער ענערגיע, אײַנפֿאַלערישקייט און ברייטהאַרציקייט, פֿילן זיך דאָ די געסט היימיש און משפּחהדיק. אַבֿרהם האָט זיך אויך דערמאָנט, ווי אַזוי דער „אינסטיטוט‟ איז אַרויף אַזוי הויך, אַזש אויף די מעשׂהדיקע „ווילדע אַקערן‟. דעם חלום האָט געזען די אַקטריסע ביילע פּראַנסקי. זי האָט אים אַרויסגעבראַכט פֿאַרן רײַכן ייִדישן פֿילאַנטראָפּ יצחק בלומענטאַל און זײַן משפּחה; און ווען עס פּאָרן זיך צונויף שיינע חלומות מיט פּראַקטישע מעשׂים, קומט דערויף אַרויס אַ תּכלית. און ס’איז אַוועק אַ גאַנג…
ווער זשע זײַנען זיי, די קנאַפּע 100 געסט, וואָס זײַנען „עולה‟ געווען אויפֿן באַרג, וווּ „עס בליט ייִדיש?‟ ס‘רובֿ שפּאַנישע ייִדן, וואָס זײַנען אין זייער צײַט, פּונקט ווי אַבֿרהם לוסקי מיט זײַן משפּחה, אַנטלאָפֿן פֿון קאָסטראָס קובאַ, אין 1961; אָבער אויך הײַנטיקע תּושבֿים פֿון אורוגווײַ, מעקסיקע; און שטעט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. פֿאַרשטייט איר שוין, אַז די שיינע נאַטור אַרום האָט מער געהערט שפּאַניש און ענגליש, איידער ייִדיש. פֿון דעסטוועגן, האָט גראָד ייִדיש און נאָך מער, די בענקשאַפֿט נאָך ייִדיש, זיי אַלע, די שוין גאָר נישט קיין יונגע מענטשן צונויפֿגעבראַכט צוזאַמען. יונג און לעבעדיק איז זייער נשמה.
מיט וואָס זשע האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן מהנה געווען זייערע געסט? קודם־כּל, מיט צוויי מוזיקאַלישע גרופּעס, וואָס האָבן במשך פֿון די דרײַ טעג פֿאַרווײַלט דעם עולם. דהײַנו: די באַקאַנטע זינגערין עלינאָר ריסאַ מיט איר אינסטרומענטאַלער גרופּע „די באָיס‟, און די מוזיקער פֿון די שאַרלאָטער אַנסאַמבלען „שׂימחה‟ און „וויוואַ קלעזמער‟.
עלינאָר ריסאַ פֿאַרכאַפּט באַלד דעם עולם מיט איר פֿרויערישן און אַרטיסטישן חן. כ‘האָב זי שוין נישט איין מאָל געהערט, און שטענדיק טראָגט זי צו דעם פּובליקום „אַ ראָזשינקע‟. דאָס מאָל איז די „ראָזשינקע‟ געווען — פֿיר שיינע חבֿרה „די באָיס‟, וואָס האָבן אַרײַנגעבראַכט אין דער לידער־פּראָגראַם אַ באַזונדערע יוגנטלעכע פֿרישקייט. ווי עלינאָר האָט עס אַליין דערקלערט, האָט זי זיך מיט זיי „צופֿעליק געטראָפֿן אינעם עליווייטער‟ און, איז באַגײַסטערט געוואָרן פֿון זייער ענטוזיאַזם. זייער בשותּפֿותדיקער אויפֿטריט אין די טעג פֿונעם „אינסטיטוט‟, איז געווען דער ערשטער, און אַ מער אימפּראָוויזאַטאָרישער; ער האָט מער צוגעזאָגט קינפֿטיקע דערפֿאָלגן, איידער זיי דערלאַנגט איצט פֿון דער בינע.
עס קומט אָבער עלינאָר אַ גרויסער יישר־כּוח פֿאַר איר עקספּערימענטאַלישן טריט, אַראָפּצוברענגען פֿאַר אַן עולם אַ „גרינע‟ גרופּע (דער ייִנגסטער האָט ערשט פֿאַרענדיקט די מיטלשול), וואָס די עטלעכע אויפֿטריטן מיט אַ געניטער זינגערין, וועלן זיי אינספּירירן אָנצוגיין ווײַטער און זיך פֿאַרטיפֿערן אין דער וועלט פֿון ייִדישער מוזיק.
אַן עכטע איבערראַשונג איז פֿאַר מיר געווען דער אַנסאַמבל מוזיקער (על קאַוואַדלאָ — פֿידל, פּאָל ניטש — פּיאַנאָ), אין שפּיץ מיטן גלענצנדיקן קלאַרנעטיסט דזשין קאַוואַדלאָ. די פּראָגראַם פֿון ביידע קאָנצערטן איז געווען צונויפֿגעשטעלט מיט גרויס געשמאַק און אויסגעפֿירט אויף אַ הויכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ. זייער אויפֿטריט האָט מיך נאָך מער איבערצײַגט, אַז פֿאַרפֿירעריש איז דער מיין פֿון די מענטשן, וואָס האַלטן, אַז דער עולם איז גולם; ער וויל נאָר לײַכטע מאַכאַרײַקעס, זיך פֿריילעך צו מאַכן — סײַ וואָס שייך ייִדישער מוזיק, סײַ טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען, סײַ ליטעראַטור, און אַפֿילו דעם אופֿן פֿון לערנען די שפּראַך. איז ווידער אַ „וויוואַט‟ דעם „שאַרלאָט ייִדיש־אינסטיטוט‟, וואָס גייט נישט מיט די פֿאַרשלעפּטע דרכים; ווי אויך די געסט, וועלכע האָבן מיט התפּעלות אויפֿגענומען די קאָנצערטן פֿון די מוזיקאַלישע אַנסאַמבלען.
און נאָך איין „ראָזשינקע‟, דהײַנו: די פּראָגראַם „פּערל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור‟, געפֿירט און געלייענט פֿון אַבֿרהם לוסקי. אַבֿרהם אַליין איז נישט קיין פּראָפֿעסיאָנעלער רעציטאַטאָר און קיין אַקאַדעמישער פּראָפֿעסאָר. די „פּערל‟ אינעם טיפֿן ים פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור זוכט ער אַליין אויס אויף זײַן אייגענעם געשמאַק, און מיט גרויס טאַלאַנט שטעלט ער זיי פֿאָר זײַנע צוהערער. נאָך דעם קורצן אינטערוויו מיט אים האָט אַבֿרהם זיך מודה געווען, אַז ער אַרבעט איבער דעם אַ גאַנץ יאָר.
איך האָב אַ חשד, אַז ס‘רובֿ פֿון די געסט, וואָס פֿאָרן זיך צונויף צו דער אונטערנעמונג (און אַ סך פֿון זיי קומען יאָר נאָך יאָר) קוקן אַרויס אויף די לידער און געשיכטעס וואָס לוסקי האָט פֿאַר זיי צוגעגרייט. מיט זײַן לייענען עפֿנט ער, ווי מיט אַ שליסעלע, די פֿאַרבאָרגענע טירעלעך און פֿענצטערלעך פֿון זייער זכּרון און האַרץ. דאָרט, פֿאַררוקט אין אַ ווײַטן ווינקל, דרעמלט זייער ייִדיש, און ווען די קלאַנגען פֿון מאַמע־לשון וועקן זיך אויף, לעבט אויך אויף אַ וווּנדערלעך לאַנד פֿון קינדהייט, וווּ טאַטע־מאַמעס זײַנען לעבעדיק און אויף דער נשמה איז תּמיד שבת.
דערמיט שעפּט זיך נישט אויס דער סדר־היום פֿון דעם „שאַרלאָט ייִדיש־אינסטיטוט‟; שבת ווערט אָפּגעריכט מיט אַלע פּיטשעווקעס; און אַ ייִדיש געזאַנג צוזאַמען איז אויך נישט פֿאַרגעסן געוואָרן. אָנגעפֿירט האָט מיטן קלאַס דער חזן און מוזיקער משה פֿרידלער.
מיט וואָס זשע קערט מען זיך אום אַהיים? יעדער מיט זײַן קלומעקל געפֿילן פֿון ייִדישער וואַרעמקייט און גוטסקייט, וואָס פֿעלט אונדז אַלעמען אַזוי אויס אין אונדזער טאָג־טעגלעכקייט; און אַוודאי, דער קלאַנג פֿון ייִדיש, וואָס וועט, ווי אַ ווידערקול אין די בערג, נאָכגיין יעדן במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר, ביז דעם 36סטן צונויפֿפֿאָר צום „שאַרלאָט ייִדיש־אינסטיטוט‟. דאָס געהערט שוין צו דער קאַטעגאָריע, וואָס י. ל. פּרץ האָט אַזוי פּינקטלעך אויסגעדריקט: „אויב נישט נאָך העכער‟; העכער פֿונעם העכסטן שפּיץ־באַרג אין צפֿון־קאַראָלײַנע.
דעם ווידעאָ־רעפּאָרטאַזש פֿון דעם 35סטן „שאַרלאָט ייִדיש אינסטיטוט‟ זעט מאָרגן, דעם 23סטן אויגוסט, אויף אונדזער ווידעאָ־קאַנאַל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.