קיין אַנקעטע וועגן דעם האָב איך נישט דורכגעפֿירט, אָבער מיר דאַכט זיך, אַז די גרעסטע בושה בײַ אונדז, פֿאָטאָ־אַרכיוויסטן, האָט צו טאָן מיט יענע נישט־אידענטיפֿיצירטע פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס ליגן בײַ אונדז אין שופֿלאָד — די „יתומים‟, ווי מיר רופֿן זיי; יענע פֿאָטאָס, וואָס לאָזן עקשנותדיק נישט איבער קיין רמזים ווער עס זענען די מענטשן דאָרט; וווּ מע האָט די בילדער אַראָפּגענומען און, דער עיקר, בײַ וועמען זענען זיי געווען וויכטיק.
איין בילד אַזאַ, אַ הויכגלאַנץ־פֿאָטאָ פֿון 8 צאָל בײַ 10 צאָל, האָט שוין אַ לענגערע צײַט אַרויסגעשטאַרצט צווישן די אַנדערע „יתומים‟ אינעם שופֿלאָד פֿונעם „פֿאָרווערטס‟־אַרכיוו. די נישט־אידענטיפֿיצירטע פֿרויען אויפֿן בילד בעטן זיך ממש צו בלײַבן אַנאָנים, נישט געקוקט אויפֿן לעבעדיקן אויסדרוק פֿון זייערע פּנימער, די לאָמפּשטראַלן איבער זייערע קעפּ, זייערע אידענטישע גאַרניטערס און פֿריזורן.
צוליב דעם וואָס איך האָב דאָס בילד געפֿונען צווישן די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון חזנים, ישׂראלדיקע פֿאָלקזינגער פֿון די אָנהייב־1950ער יאָרן, און שטערנס פֿון ייִדישן טעאַטער, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז דאָס זענען איינע פֿון אַ ריי שוועסטער־זינגער, וואָס זענען דעמאָלט באַליבט געווען. זענען זיי די באַרי־, פֿעדער־ אָדער פּינקוס־שוועסטער? אָדער אפֿשר אַן אָפּצווײַג פֿונעם מאַלאַווסקי משפּחה־כאָר — גאָלדעלע און גיטעלע, וואָס זענען באַקאַנט געוואָרן ווי די מאַרלין־שוועסטער?
ווי אונדזער ערשטער פּרוּוו אויפֿצושליסן זייער אידענטיטעט, האָבן מיר זיך געוואָנדן צום עקספּערט, קריסיע פֿישער, די פֿאָטאָגראַפֿיע־קוראַטאָרין אינעם עפּיצענטער פֿון ייִדיש־אימאַזשן — ייִוו״אָ. פֿישער איז געווען גאַנץ זיכער, אַז די פֿרויען זענען נישט קיין ייִדישע, אָבער האָבן אפֿשר געפּרוּווט דערגרייכן דעם ייִדישן מאַרק דורך זינגען אויף ייִדיש, אַזוי ווי עס האָבן געטאָן אַנדערע נישט־ייִדישע זינגערינס, ווי קאָני פֿראַנסיס און דזשולי אַנדרוס.
פֿישערס אומגעריכטע השערה האָט אונדז דערמאָנט, אַז די באַרי־שוועסטער זענען מסתּמא נישט געווען די ערשטע פּאָר שוועסטער־זינגער — אַ מעגלעכקייט, וואָס איז בײַ אַ טייל פֿון אונדז שווער צו פֿאַרדייען. מיר האָבן זיך אויך באַראַטן מיט אַנדערע קאָלעגעס, וועלכע האָבן געהאַלטן פֿאַרקערט, אַז דאָס זענען מסתּמא יאָ איינע פֿון די פֿריִער־דערמאָנטע ייִדישע שוועסטער־זינגער.
האָבן מיר זיך דערנאָך געוואָנדן צו אײַך, ליבע לייענער, סײַ דורכן Forward־רובריק Looking Back, סײַ דורך אונדזער „פֿייסבוק‟־זײַט. צוויי פֿון די פֿאָרגעלייגטע ענטפֿערס זענען געווען די פּינקוס־שוועסטער און די מילער־שוועסטער.
פּאַטרישאַ און דזשאָון מילער, וועלכע האָבן, אַ פּנים, געירשנט זייערע נישט־ייִדישע פּנים־שטריכן פֿונעם טאַטן, אַ מילכהענדלער — עלמאָן גאָרדאָן „באָד‟ מילער, זענען מסתּמא די גרעסטע מעגלעכקייט. אין די 1950ער יאָרן זענען זיי אויפֿגעטראָטן אין דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם The Hoffman Hayride, און די צוויי פֿרויען אין דעם בילד זעען טאַקע אויס גאַנץ ענלעך צו זיי.
אין דער אמתן אָבער, זענען מיר נאָך אַלץ נישט 100% זיכער. ווער וויל דען צוקלעפּן אַ פֿאַלשע אידענטיטעט צו אַ בילד און דערבײַ גורם זײַן אַ דיבוק פֿון פֿאַרפּלאָנטערטע נשמות?
ווי עס זאָל נישט זײַן, איז די געשיכטע פֿון די מילער־שוועסטער אַליין אַ מיסטעריע. אין די שפּעטערע יאָרן האָבן זיי זיך אויסבאַהאַלטן פֿונעם פּובליקום און געוווינט צוזאַמען אינעם וואַקאַציע־שטעטל סאַוט־לייק טאַהאָו, קאַליפֿאָרניע. אין מאַרץ 2012 האָט מען זיי ביידן געפֿונען טויטע, אין באַזונדערע צימערן פֿון זייער בשותּפֿותדיקער שטוב.
לויטן טויטפֿאָרשער זענען זיי ביידע געשטאָרבן מיט אַ נאַטירלעכן טויט, אָבער דער פֿאַל איז פֿאַרבליבן אַ רעטעניש, ווײַל ס׳איז נישט קלאָר, צי זיי זענען געשטאָרבן אין דער זעלבער צײַט, צי נישט. במשך פֿון אַן אינטערוויו מיט דער בריטישער צײַטונג „דיילי מייל‟, האָט דער דעטעקטיוו, מאַט האַרוווּד, איבערגעגעבן, אַז די צוויי שוועסטער, וועלכע האָבן יאָרן לאַנג קיינעם נישט געהאַט, אַחוץ איינע די צווייטע, האָבן פּשוט נישט געקענט לעבן אַליין. דערבײַ האָט ער צוגעגעבן, אַז ער האָט בשום־אופֿן נישט געקענט געפֿינען קיין נאָענטע פֿרײַנד אָדער קרובֿים זייערע, וואָס וואָלטן געקאָנט צוגעבן מער אינפֿאָרמאַציע.
קוקנדיק ווידער אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע, דערמאָן איך זיך אינעם ווערטל: „אַז איך וועל זײַן ווי יענער, ווער וועט זײַן ווי איך?‟ פּונקט אַזוי, איז מעגלעך, אַז די נישט־אידענטיפֿיצירטע פּאָר איז טאַקע די מילערס — און אפֿשר נישט.
מיט דער צײַט וועט דער ענטפֿער זיך האָפֿנטלעך באַווײַזן אויף דער אינטערנעץ. אפֿשר וועט עמעצער גרינדן אַ וועבזײַט, זוכנדיק לאַנג־פֿאַרגעסענע שוועסטער־זינגער…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.