עגיפּטן: דאָס שלאַכט־פֿעלד

Egypt: The Field of Battle

טערקישע פּראָטעסטירער האַלטן פּלאַקאַטן מיט בילדער פֿונעם עגיפּטישן גענעראַל אַל־סיסי (רעכטס) און דעם סאַודישן קעניג אַבדולאַ (לינקס) לעבן דער עגיפּטישער אַמבאַסאַדע אין אַנקאַראַ
Getty Images
טערקישע פּראָטעסטירער האַלטן פּלאַקאַטן מיט בילדער פֿונעם עגיפּטישן גענעראַל אַל־סיסי (רעכטס) און דעם סאַודישן קעניג אַבדולאַ (לינקס) לעבן דער עגיפּטישער אַמבאַסאַדע אין אַנקאַראַ

פֿון שבֿע כּהן

Published August 25, 2013, issue of September 13, 2013.

די לעצטע געשעענישן אין עגיפּטן זענען בכּוח צו צעמישן, ווייך גערעדט.

פֿון איין זײַט, האַלט נישט די „מוסולמענישע ברודערשאַפֿט‟ פֿון די „קלאַסישע‟, אָנגענומענע, ליבעראַלע פּרינציפּן; מוכאַמאַד מורסי האָט, בלי-ספֿק, אויסגענוצט דעם דעמאָקראַטישן פּראָצעס, כּדי צו ווערן אַ נײַער פּרעה. פֿון דער צווייטער זײַט, ווערט פֿאַר דער מערבֿ-וועלט אומבאַקוועם צו זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט, בשעת דאָס עגיפּטישע מיליטער קערט איבער די דעמאָקראַטיש־אויסגעוויילטע רעגירונג און הרגעט אויס אַ טויזנט דעמאָנסטראַנטן, אַרײַנגערעכנט פֿרויען און קינדער. אַזאַ צוויי-טײַטשיקער מצבֿ דערמעגלעכט די צוויי וויכטיקע מדינות — סאַודיע און טערקײַ — צו נוצן עגיפּטן ווי זייער שלאַכט-פֿעלד צו דעראָבערן די השפּעה איבער דער סוניטישער מחנה.

אין דער מאָדערנער געשיכטע איז עגיפּטן תּמיד געווען דער מנהיג פֿון דער אַראַבישער קולטור און פּאָליטיק. עגיפּטן פֿלעגט זײַן אַ צענטער פֿון קונסט, איבערהויפּט פֿון דעם אַראַבישן קינאָ און ליטעראַטור.

דער ערשטער „אַראַבישער פֿרילינג‟ — די ריי רעוואָלוציעס, וואָס האָבן אַראָפּגעריסן די פֿריִערדיקע פּאָליטישע אָרדענונג אינעם מיטל-מיזרח, איז פֿאָרגעקומען צוליב דעם כּישוף, וואָס מ‘האָט נאָך געפֿילט אויף זיך פֿון גאַמאַל אַבדעל נאַסערס פּרעזידענטשאַפֿט. עגיפּטן איז אויך געווען די ערשטע אַראַבישע מדינה, צו מאַכן שלום מיט מדינת-ישׂראל. שלום מיט יאָרדאַניע איז געקומען ערשט מיט 15 יאָר שפּעטער.

נאָכן מאָרד פֿון אַנוואַר סאַדאַט איז עגיפּטן אַרײַנגעפֿאַלן אין א תּקופֿה פֿון פֿוילקייט און ירידה. אמת, די פּראָבלעמען האָבן זיך אָנגעהויבן שוין אונטער נאַסער, נאָכן באַזײַטיקן די אייראָפּעיִשע בירגער און ייִדן, וועלכע זײַנען געווען די הויפּט־עקספּערטן אין אינדוסטריע און בילדונג; זיי האָבן געדינט, אייגנטלעך, ווי אַ שליסל צום אייראָפּעיִשן מאַרק. אָבער דער ירידה־פּראָצעס האָט אונטער מובאַראַקן, וואָס איז געווען אַ דיקטאַטאָר פֿון אַ פּראָסטן שטאָף, אָנגענומען זײַן שוווּנג. די עקאָנאָמיע האָט אויפֿגעהערט זיך אַנטוויקלען, די עגיפּטישע קינאָ־אינדוסטריע האָט פֿאַרלוירן איר אָריגינעלקייט און אײַנפֿאַלערישקייט. אַפֿילו צו שפּײַזן דאָס פֿאָלק מיט הויל ברויט האָט מובאַראַק צו דעם ווייניק געטויגט.

אין דער זעלבער תּקופֿה זײַנען אויפֿגעקומען צוויי נײַע מאַכטן. די ערשטע איז געווען סאַודיע. רײַך מיט נאַפֿט און גאַז, האָט זי גענוצט איר עשירות און די רעליגיעזע פֿאַנאַטישקייט משפּיע צו זײַן אויף פּאָליטיק און איסלאַם אַרום דער וועלט. עס איז נישט קיין צופֿאַל, וואָס דער אַראַבישער שלום-פּלאַן מיט ישׂראל קומט אַרויס פֿון סאַודיע. זי באַמיט זיך אויך צו פֿאַרשטאַרקן די פֿאַרבינדונג צווישן די מדינות פֿונעם גאָלף.

דאָס צווייטע לאַנד, וואָס חלומט זיך אומצוקערן די „קרוין‟ איבער דעם ראַיאָן, איז טערקײַ. דער פּרעמיער רעדזשעפּ טאַיִפּ ערדאָגאַן, אַן איסלאַמיסט, האַלט, אַז טערקײַ געהערט מער צום מיזרח, ווי צום מערבֿ און וויל, אַז זײַן מדינה זאָל ווערן נאָך אַ מאָל אַ הערשער אינעם מיטל־מיזרח.

אַז דער אַראַבישער פֿרילינג האָט אויסגעבראָכן, האָבן די צוויי מדינות זיך געפֿונען אויף פֿאַרשידענע זײַטן. סאַודיע איז שטאַרק קעגן דער „מאַכמעדאַנישער ברודערשאַפֿט‟, און קעגן דעם פּאָליטישן איסלאַם אין אַלגעמיין. די פּאָליטישע איסלאַמיסטן זײַנען בכלל קעגן מאָנאַרכיעס, וואָס, לויט זייערע באַגריפֿן, שטימען נישט מיטן העכסטן איסלאַם. איר שכן, די פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן, האָט שוין געהאַט אַרעסטירט אַ גרופּע עגיפּטישע בירגער פֿון דער „ברודערשאַפֿט‟־באַוועגונג און געטענהט, אַז זי האָבן פּלאַנירט איבערצוקערן די רעגירונג אין 2011. חוץ קאַטאַר, זײַנען אַלע אַראַבישע מדינות פֿונעם גאָלף חושד די „ברודערשאַפֿט‟.

דער סאַודישער קעניג האָט מיט אַ וואָך צוריק אויסגעדריקט זײַן שטיצע פֿאַר דער איצטיקער רעגירונג אין עגיפּטן קעגן „טעראָריזם, עקסטרעמיזם און פֿאַרראַטונג‟. סאַודיע, די עמיראַטן און קוּווייט האָבן צוגעזאָגט צו געבן עגיפּטן 12 ביליאָן דאָלאַר, מער ווי אַמעריקע און אייראָפּע צוזאַמען.

טערקײַ אָבער פּרוּווט צו שטיצן די שוואַכע עלעמענטן אין מיטל-מזרח. דאָס איז איין סיבה, פֿאַרוואָס ערדאָגאַן האָט געוואָלט זיך דערנענטערן צו עגיפּטן פֿאַר דער רעוואָלוציע. ווי אַ פֿירער פֿון אַן איסלאַמיסטישער פּאַרטיי, האָט ער געשטיצט פֿאַרשידענע אָפּצווײַגן פֿון פּאָליטישן איסלאַם אַרום דעם מיטל-מיזרח. אויך דער פֿאַקט, וואָס ערדאָגאַן שטעלט זיך קעגן די נײַע געשעענישן אין עגיפּטן, איז נישט מער ווי אַן אָנשטעל צו ווײַזן די בירגער פֿון זײַן לאַנד, אַז ער פֿירט זיך בפֿירוש אויף אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן. ווי באַקאַנט, האָט טערקײַ אַליין לעצטנס איבערגעלעבט אירע אייגענע דעמאָנסטראַציעס קעגן ערדאָגאַנס איסלאַמיסטישן דראַנג. ערדאָגאַן האָט צוריקגערופֿן דעם טערקישן אַמבאַסאַדאָר אין עגיפּטן און אָנגערופֿן די עגיפּטישע גענעראַלן „רוצחים‟.

אויף אַזאַ אופֿן, אויסנוצנדיק דעם אָפּגעשוואַכטן מצבֿ אין עגיפּטן, פּרוּוון סאַודיע און טערקײַ צו ווערן דאָס איינציקע קול פֿון דער סוניטישער וועלט.