דער ייִדישער „גאָדאָ‟

Yiddish Godot Arrives at Last

דער „קאַסטילאָ־טעאַטער‟
Wiki Commons
דער „קאַסטילאָ־טעאַטער‟

פֿון עזרא גלינטער (Forward)

Published August 27, 2013, issue of September 13, 2013.

מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָב איך פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דער שטײַגנדיקער צאָל פֿון שטיצע-קאַמפּאַניעס פֿאַר פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן, וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדיש, אַרײַנגערעכנט דעם פּלאַן צו זאַמלען 40,000 דאָלאַר פֿאַר אַ ייִדישער ווערסיע פֿון סעמועל בעקעטס פּיעסע „וואַרטן אויף גאָדאָ‟ („Waiting for Godot‟).

דוד מאַנדעלבאַום, דער קונסט-רעזשיסאָר פֿונעם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער‟
Ronald L. Glassman
דוד מאַנדעלבאַום, דער קונסט-רעזשיסאָר פֿונעם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער‟

דערווײַל האָט מען נאָך נישט צונויפֿגעזאַמלט דעם פּלאַנירטן סכום געלט. די פּיעסע וועט אָבער יאָ געשפּילט ווערן, אַ דאַנק דער געזאַמלטער סומע פֿון 7,370 דאָלאַר. דעם 16טן אויגוסט האָט די צײַטונג „ניו-יאָרק טײַמס‟ פּובליקירט אין איינעם פֿון אירע בלאָגן אַ רעקלאַמע, לויט וועלכער די ייִדישע ווערסיע פֿון בעקעטס ווערק וועט געוויזן ווערן אינעם מאַנהעטענער „קאַסטילאָ-טעאַטער‟, אויף דער מערבֿדיקער 42סטער גאַס, הויז 543, פֿונעם 20סטן סעפּטעמבער ביזן 13טן אָקטאָבער. די פֿאָרשטעלונג ווערט געשאַפֿן דורכן „קאַסטילאָ-טעאַטער‟, בשותּפֿות מיט דער קונסט-גרופּע „דער נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟ („The New Yiddish Rep‟).

דער רעזשיסאָר פֿונעם קומענדיקן נײַעם ספּעקטאַקל איז משה יאַסור — אַ וועטעראַן פֿון דער ייִדישער בינע. דער אַקטיאָר שיין בייקער, וועלכער האָט געשאַפֿן אַ סעריע קאָמישע עפּיזאָדן פֿאַרן ווידעאָ-קאַנאַל פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, האָט איבערגעזעצט בעקעטן אויף ייִדיש. שיין ווערט אויך שפּילן אין דער פּיעסע, צוזאַמען מיט אַבֿי האָפֿמאַן, ניקאָלאַס דזשענקיס, רפֿאל גאָלדוואַסער און דוד מאַנדעלבאַום — דער קונסט-רעזשיסאָר פֿונעם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר‟, וועלכער וועט שפּילן די ראָלע פֿון עסטראַגאָן.

„ווער קאָן וואַרטן בעסער, ווי ייִדן?‟, האָט בייקער באַמערקט דעם 19טן אויגוסט אין אַ פּרעסע-רעליז. דער אַקטיאָר האָט צוגעגעבן, אַז בעקעט האָט געוואָלט, אין די פֿאָרלויפֿיקע ווערסיעס פֿון זײַן ווערק, אָנצורופֿן זײַן פּערסאָנאַזש נישט „עסטראַגאָן‟, נאָר „לוי‟, אָנווײַזנדיק עפּעס אַ שײַכות צו ייִדן.