מענשעוויקעס און באָלשעוויקעס

Mensheviks and Bolsheviks


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 28, 2013, issue of September 13, 2013.

איך בין גאָר ניט זיכער, צי דאָס וואָרט „מענשעוויק‟ איז באַקאַנט יעדן לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟, בפֿרט דעם יונגן דור. אָבער דווקא פֿאַר דער געשיכטע פֿון „פֿאָרווערטס‟ איז עס אַ וויכטיקער באַגריף, וואָס איז פֿאַרבונדן מיטן צווייטן צוזאַמענפֿאָר פֿון דער רוסלענדישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער אַרבעטער-פּאַרטיי. די פּאַרטיי גופֿא איז געשאַפֿן געוואָרן פֿרילינג-צײַט אין יאָר 1898 אין מינסק, וווּ עס האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט נײַן מענטשן, דרײַ פֿון זיי האָבן פֿאָרגעשטעלט דעם „בונד‟. כּמעט אַלעמען האָט מען אין קורצן אַרעסטירט.

דעם צווייטן צוזאַמענפֿאָר האָט מען תּחילת באַשלאָסן דורכצופֿירן אין בריסל. דאָרטן האָט מען זיך טאַקע צונויפֿגעקליבן סוף יולי 1903, אָבער פֿון סאַנקט־פּעטערבורג האָט מען אָנגעקוועטשט אויף דער בעלגישער רעגירונג, און זי האָט ניט געוואָלט זיך פֿאַרפֿירן מיט רוסלאַנד. ווי אַ פּועל-יוצא, זײַנען די סאָציאַליסטן-דעלעגאַטן אין אַ וואָך אַרום אַריבערגעפֿאָרן קיין לאָנדאָן, וווּ מע האָט אָפּגעהאַלטן דעם גרעסטן טייל זיצונגען.

אַ שפּור האָט די דאָזיקע צונויפֿקומעניש איבערגעלאָזט אַ טיפֿן. די פֿינף דעלעגאַטן, אַ שטייגער, וועלכע האָבן פֿאָרגעשטעלט דעם „בונד‟, האָבן אַ קלאַפּ געטאָן מיט דער טיר, ווײַל דער איבעריקער עולם, אַ היפּש ביסל פֿון זיי ייִדן, האָבן ניט מסכּים געווען מיט דער פֿאָדערונג פֿונעם „בונד‟ איבערצולאָזן די „ייִדישע גאַס‟ אין זײַן רשות. די ניט-בונדיסטישע דעלעגאַטן האָבן ניט געוואָלט צעטיילן די פּאַרטיי אויף באַזונדערע עטנישע גרופּעס. אָבער צו די מענשעוויקעס האָט עס דערווײַל געהאַט אַ קנאַפּן שײַכות.

די הויפּט-אינטריגע פֿונעם צוזאַמענפֿאָר האָט זיך פֿאַרדרייט אַרום דעם סטאַטוט פֿון דער פּאַרטיי, קודם-כּל, איז די רייד געגאַנגען וועגן דעם, ווי אַזוי צו דעפֿינירן די מיטגלידערשאַפֿט אין איר. לענין, דעמאָלט שוין די צענטראַלע פֿיגור צווישן די דעלעגאַטן, האָט געשטרעבט צום שאַפֿן אַ פּאַרטיי אויפֿן יסוד פֿון אַן אײַזערנער דיסציפּלין. לויט זײַן מיינונג, האָט די פּאַרטיי זיך גענייטיקט נאָר אין אַזעלכע לײַט, וועלכע זײַנען געווען איר אין גאַנצן איבערגעגעבן. יולי מאַרטאָוו (צעדערבאַום — אַן אייניקל פֿון אַלכּסנדר צעדערבוים, דעם גרינדער פֿון די ערשטע ייִדישע צײַטונגען אין רוסלאַנד, אויף העברעיִש און ייִדיש) איז געווען קעגן אַזאַ צוגאַנג צו מיטגלידערשאַפֿט. ער האָט געטענהט, אַז ס’איז גענוג אונטערצוהאַלטן די פּאַרטיי.

יולי מאַרטאָוו
יולי מאַרטאָוו

די פֿראַגע קען הײַנט אויסזען אַ פֿאָרמעלע צי אַפֿילו צווייטראַנגיקע, אָבער אין קאָן איז, אין דער אמתן, געשטאַנען זייער אַ וויכטיקער פּרינציפּ, דהײַנו: צו גיין מיט מאַרטאָוון און האָבן אַ דעמאָקראַטיש אָרגאַניזירטע פּאַרטיי פֿון אַזאַ שניט ווי די סאָציאַל-דעמאָקראַטישע פּאַרטיי פֿון דײַטשלאַנד, אָדער צו גיין מיט לענינען און אָננעמען אין דער פּאַרטיי נאָר אַזעלכע מענטש, וועלכע זײַנען געווען גרייט צו ווערן אמתע סאָלדאַטן פֿון דער קומענדיקער רעוואָלוציע.

לענינען האָט אונטערגעהאַלטן די מערהייט, כאָטש דער אונטערשייד איז געווען אַ מינימאַלער — בלויז איין דעלעגאַט. דאָך, האָט זיך צו לענינס שטיצער צוגעקלעפּט דער נאָמען „באָלשעוויק‟ (פֿון דעם רוסישן וואָרט „באָלשע‟, וואָס מיינט, „מער‟), און מאַרטאָווס אָנהענגער האָט מען גענומען רופֿן מיטן וואָרט „מענשעוויק‟ (פֿון „מענשע‟ — „ווייניקער‟, „קלענער‟). אויך ווײַטער האָט מען זיך געהאַלטן ווי פֿראַקציעס אין דער זעלבער פּאַרטיי, בפֿרט נאָך, אַז אייניקע סאָציאַליסטן פֿלעגן אַריבערגיין פֿון איין לאַגער צום צווייטן. אין גאַנצן האָט מען זיך צעטיילט אין נײַן יאָר אַרום, בעת אַ קאָנפֿערענץ אין פּראָג.

די ייִדישע סאָציאַליסטן האָט, בדרך-כּלל, געצויגן צו די מענשעוויקעס. סוף-כּל-סוף, האָבן די בונדיסטן אויך טיילווײַז זיך איבערגעמישט מיט דער מענשעוויסטישער פֿראַקציע. קיין חידוש ניט, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ איז מיט דער צײַט אַלץ מער געוואָרן אַ צײַטונג, וואָס האָט סימפּאַטיזירט די מענשעוויקעס, און אייניקע זשורנאַליסטן, אַרײַנגערעכנט, אַ שטייגער, משה אָלגין, שפּעטער אַ הייסן קאָמוניסט, האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר מענשעוויקעס.

נאָך דער רעוואָלוציע האָבן זיך צווישן די מענשעוויקעס געשאַפֿן צוויי גרופּעס. די רעכטע מענשעוויקעס האָבן זיך גלײַך אָפּגעשאָקלט פֿון לענינען און פֿון די געשעענישן אין רוסלאַנד. זיי האָבן געטענהט, אַז די לעניניסטן האָבן פּשוט דיסקרעדיטירט די עכטע מאַרקסיסטישע, סאָציאַליסטישע אידעען. אָבער ס’רובֿ מענשעוויקעס האָבן בײַם אָנהייב געגלייבט, אַז עפּעס גוטס וועט זיך פֿון דער רעוואָלוציע אויספּיקן. דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געהאַט צווישן זײַנען מיטאַרבעטער און שרײַבער סײַ די רעכטע און סײַ די לינקע. ביידע צדדים האָבן געהאַט שטיצער צווישן די אַמעריקאַנער סאָציאַליסטן.

אין די 1920ער יאָרן, ווי אויך שפּעטער, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ פֿינאַנציעל געשטיצט די מענשעוויסטישע פּאַרטיי, וואָס אירע רייען זײַנען געוואָרן אַלץ שיטער און שיטער. אין רוסלאַנד זײַנען אַ סך מענשעוויקעס אַוועק צו די קאָמוניסטן, די איבעריקע האָט מען פּשוט דערקוועטשט, צעטראָטן. אין עמיגראַציע זײַנען די מענשעוויקעס געווען טעטיק אין דעם סאָציאַליסטישן אינטערנאַציאָנאַל. אַ וויכטיקע פֿיגור צווישן זיי איז געווען רפֿאל אַבראַמאָוויטש, וואָס האָט אויך געשריבן פּאָליטישע אַרטיקלען פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟.

דער סוף איז געווען, אַז זיי זײַנען אויסגעשטאָרבן. פֿון דער יוגנט האָבן זיי זיך געהאַלטן אָפּגעזונדערט, אַזוי אַז קיין המשך איז ניט פֿאַרבליבן. אמת, עס זײַנען דאָ אַזעלכע, וואָס זעען אַ שטיקל המשך אין אייניקע נעאָ-קאָנסערוואַטיווע רעפּובליקאַנער. אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער מעשׂה.