נאָכדעם, ווי דאָס „ווײַסע הויז‟ האָט באַקומען „כּמעט זיכערע‟ ידיעות וועגן דעם באַנוץ פֿונעם כעמישן וואָפֿן אין דער איצטיקער סירישער בירגער־קריג, האָבן די אַמעריקאַנער אינסטאַנצן אַרויסגעוויזן סימנים פֿון אַ מעגלעכער מיליטערישער אינטערווענץ אינעם קאָנפֿליקט, וואָס גייט אָן אין סיריע שוין דריטהאַלבן יאָר. אַ צאָל קריג־שיפֿן האָבן זיך אַרײַנגעצויגן נענטער אינעם מיזרחדיקן מיטל-לענדישן ראַיאָן. אָבאַמאַ האָט פֿריִער געזאָגט, אַז אויב דער סירישער פּרעזידענט, באַשאַר אַסאַד, וועט אויסנוצן דאָס כעמישע געווער, וועט וואַשינגטאָן מוזן זיך אַרײַנמישן; לויט דער צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָט אַ הויכראַנגיקער פֿאָרשטייער פֿון דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע איבערגעגעבן, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט „זייער ווייניק ספֿקות‟, אַז אַסאַד האָט דורכגעפֿירט די פֿאַרגאַנגענע וואָך אַ כעמישן אַטאַק אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון דמשׂק, וווּ עס זענען אומגעקומען הונדערטער ציווילע לײַט.
די ישׂראלדיקע רעגירונג וואַרט אויף דער מעגלעכער אַמעריקאַנער אינטערווענץ. זונטיק, דעם 25סטן אויגוסט, האָט בנימין נתניהו געזאָגט, נאָך דער באַגעגעניש מיטן פֿראַנצויזישן אויסערן־מיניסטער, לאָראַן פֿאַביוס, אַז סיריע איז געוואָרן אַ „פֿולער קליענט פֿון איראַן‟ און אַז „די גאַנצע וועלט קוקט איצט אויפֿן קאָנפֿליקט אין סיריע‟. נתניהו גלייבט, אַז אויב די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועלן זיך אַרײַנמישן אינעם סירישן קאָנפֿליקט, וועט עס אָפּהאַלטן איראַן.
די באַפֿעלקערונג־אויספֿרעגן ווײַזן, אַז ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ווילן נישט, אַז זייער לאַנד זאָל זיך אַרײַנמישן אין אַ נײַעם קאָנפֿליקט אין מיטל-מיזרח. הגם פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט גערופֿן אַסאַדן צו רעזיגנירן, האָט ער דערווײַל אויסגעמיטן דירעקטע אַקציעס קעגן אים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.