די פֿילאָסאָפֿישע מחשבֿות פֿון עמנואל לעװינאַס (1905־1995) זײַנען אין די לעצטע יאָרן געװאָרן פּאָפּולער אין סאַמע פֿאַרשידענע אינטעלעקטועלע סבֿיבֿות. לעװינאַס איז געבױרן געװאָרן אין קאָװנע אין אַ פֿאַרמעגלעכער ייִדישער משפּחה און האָט זיך געלערנט אין אַ רוסישער גימנאַזיע. די רוסישע שפּראַך און קולטור זײַנען אים פֿאַרבליבן נאָענט אויף זײַן גאַנץ לעבן, כאָטש זינט 1923 האָט ער געלעבט אין פֿראַנקרײַך. ער האָט שטודירט פֿילאָסאָפֿיע אינעם שטראַסבורגער אוניװערסיטעט, װוּ די פֿאַרבינדונג מיט דער דײַטשישער פֿילאָסאָפֿישער שיטה איז געװען אַ סך נענטער אײדער אין פּאַריז. די פֿענאָמענאָלאָגישע חקירות פֿון עדמונד הוסערל און זײַן תּלמיד מאַרטין הײַדעגער האָבן לכתּחילה געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אױף לעװינאַסן, אָבער ער איז צו זיי געװאָרן מער קריטיש אין די 1930ער יאָרן נאָכן אױפֿקום פֿון נאַציזם אין דײַטשלאַנד, װען הײַדעגער האָט בפֿרהסיא געשטיצט היטלערן.
די נײַע אינטעלעקטועלע ביאָגראַפֿיע וועגן לעװינאַס פֿון דער מאָסקװער פֿאָרשערין אַנאַ יאַמפּאָלסקאַיאַ, װאָס איז אַרױס אין קיִעװ אין 2011, באַהאַנדלט פֿיר װיכטיקע קולטורעלע קאָנטעקסטן פֿון לעװינאַסעס געדאַנקענגאַנג: דעם ייִדישן, דעם רוסישן, דעם דײַטשישן און דעם פֿראַנצױזישן. װי אַן אױסלענדער און דערצו נאָך אַ ייִד איז ער לאַנגע יאָרן פֿאַרבליבן אױפֿן ראַנד פֿונעם פֿראַנצױזישן אַקאַדעמישן לעבן. פֿאַר דער מלחמה האָט ער פֿאַרנומען אַן אַדמיניסטראַטיװע שטעלע אינעם לערער־סעמינאַר פֿון „אַליאַנס איזראַעליט אוניװערסעל‟, װאָס האָט געגרײט לערער פֿאַר פֿראַנצױזיש־שפּראַכיקע ייִדישע שולן אין דרום־אײראָפּע און צפֿון־אַפֿריקע.
זײַן סבֿיבֿה איז באַשטאַנען פֿון ליבעראַלע אינטעלעקטואַלן, אײניקע פֿון זײ זײַנען געװען רוסישע און ייִדישע אימיגראַנטן. זײ האָבן ניט געהאַט קײן צוטריט אין די פֿראַנצױזישע ליטעראַרישע און אינטעלעקטועלע קרײַזן, װוּ עס האָבן געהערשט קאָנסערװאַטיװע קריסטלעכע און אַנטיסעמיטישע שטימונגען. אָבער דער מצבֿ האָט זיך געענדערט בעת דער מלחמה, װען אײניקע געװעזענע אַנטיסעמיטן האָבן געהאָלפֿן ראַטעװען ייִדן, צומאָל פּשוט אױף צולהכעיס דעם דײַטשישן שׂונא. ערבֿ דער מלחמה איז לעװינאַס מאָביליזירט געװאָרן אין דער פֿראַנצױזישער אַרמײ, און גלײַך אַרײַן אין דער דײַטשישער געפֿאַנגענשאַפֿט. די פֿראַנצױזישע אוניפֿאָרעם האָט אים געראַטעװעט דאָס לעבן. ער האָט פֿאַרבראַכט אַלע פֿינף יאָר אין אַ דײַטשישן לאַגער מיט אַנדערע פֿראַנצױזישע זעלנער. זײַן פֿרױ און טאָכטער זײַנען געראַטעװעט געװאָרן דורך זײַנע פֿראַנצױזישע פֿרײַנד, אָבער דאָס רעשט פֿון זײַן משפּחה איז אומגעקומען אין קאָװנע.
די דאָזיקע דראַמאַטישע דערפֿאַרונג האָט געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק אױף לעװינאַסן. ער האָט זיך גענומען צו שטודירן גמרא מיט מרדכי שושני, אַ געהײמנישפֿולער נע־ונדניק, װעלכער האָט זיך באַװיזן אין פּאַריז נאָך דער מלחמה. מסתּמא איז ער געװען אַ הײמישער ייִד פֿון מיזרח־אײראָפּע, װאָס האָט גענומען זײַן צונאָמען לכּבֿוד דעם תּנ״כישן מדרכי הצדיק. שושניס אײגנאַרטיקער אופֿן פֿון אױסטײַטשן גמרא דורך צוציִען פֿאַרשידענע טעקסטן און קאָנטעקסטן איז געװען צום האַרצן לעװינאַסן. ער האָט געהאַלטן דעם תּלמוד פֿאַר אַ פֿילאָסאָפֿישן חיבור, װאָס באַהאַנדלט אַלגעמײנע ענינים. לױט זײַן מײנונג, שרײַבט יאַמפּאָלסקאַיאַ, איז דער תּנ״ך געװען באַצװעקט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, בעת די גמרא האָט גערעדט צו דער גאַנצער מענטשהײט.
די עיקרדיקע קשיא פֿון לעװינאַסעס פֿילאָסאָפֿיע איז די באַציִונגען „איש־לרעהו‟, צװישן דעם מענטשן, דעם אײגענעם „איך‟, צו „יענעם‟. די דאָזיקע פּראָבלעם איז פֿאַר אים געװען ניט אָפּצוטײלן פֿון די באַציִונגען צװישן בן־אָדם און זײַן באַשעפֿער. לעװינאַס איז געװען אױסן צו דערװײַזן, אַז די רבנישע װיכּוחים אַנטהאַלטן אײגנאַרטיקע פֿילאָסאָפֿישע השׂגות, װאָס לאָזט זיך ניט איבערזעצן אױף דעם לשון פֿון סיסטעמאַטישע חקירות פֿון דער אײראָפּעיִשער פֿילאָסאָפֿיע. להיפּוך צו הוסערל און הײַדעגער, האָט לעװינאַס אָפּערירט ניט מיט אַבסטראַקטע באַגריפֿן, נאָר מיט פּסוקים און סוגיות. די צענטראַלע פֿיגור פֿון זײַן פֿילאָסאָפֿיע איז געװען דער בשׂר־ודם, װאָס שטײט פּנים־אל־פּנים מיט דער פֿרעמדער װירקלעכקײט, און דער אײנציקער אופֿן משׂיג צו זײַן די אַרומיקע פֿרעמדע װעלט איז דורך אַ פּערזענלעכן דיאַלאָג מיט איר.
לעװינאַס האָט געשעפּט זײַן פֿילאָסאָפֿישע יניקה סײַ פֿון די ייִדישע און סײַ פֿון די קריסטלעכע מקורים, און דערבײַ איז ער תּמיד פֿאַרבליבן אַ פֿרומער ייִד. לאַנגע יאָרן איז זײַן געדאַנקענגאַנג פֿאַרבליבן פֿרעמד דעם פֿראַנצױזישן הױפּטשטראָם, און ערשט אַ פּאָר יאָר פֿאַר זײַן פּענסיאָנירן האָט ער באַקומען אַ פּראָפֿעסאָרישע שטעלע אינעם פּאַריזער אוניװערסיטעט „סאָרבאָן‟. בלױז אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן האָט מען זיך אָנגעהױבן צוהערן צו זײַן שטים. צװישן די ערשטע אָנהענגער זײַנע זײַנען געװען קריסטלעכע טעאָלאָגן, װעלכע האָבן זיך גענומען נאָכן ייִדישן חורבן צו באַטראַכטן פֿון דאָס נײַ די יסודות פֿון זײער גלױבן, און בפֿרט די באַציִונג צו דעם ייִדישן פֿאָלק.
לעװינאַס האָט געשאַפֿן אַ נײַ פֿילאָסאָפֿיש לשון, װאָס האָט דערמעגלעכט צו רעדן װעגן רעליגיעזע באַגריפֿן און דערבײַ בלײַבן אינעם גערעם פֿון קאָנקרעטע פֿילאָסאָפֿישע חקירות. אײנצײַטיק האָט לעװינאַס אױך משפּיע געװען אױף נײַע קריטישע שיטות אין שפּראַך־ און ליטעראַטור־קענטעניש. זײַן חבֿר זשאַק דערידאַ האָט געהאַלטן, אַז גאָט איז ניט קײן אַבסטראַקטער װעזן; ער עקזיסטירט ניט מחוץ אונדזער װעלט, נאָר אינעם הײליקן טעקסט. לעװינאַס און דערידאַ זײַנען אײנשטימיק, שרײַבט יאַמפּאָלסקאַיאַ, „אַז פֿילאָסאָפֿיע איז ניט קײן סיסטעם, נאָר אַ גבֿית־עדות פֿון אַ געװיסן איבערבראָך, װאָס פֿירט אונדז אַריבער אױף יענער זײַט פֿונעם קיום, עטיק און פּאָליטיק, אױף יענער זײַט פֿון װיסן און רעדן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.