דוד האַריס־גרשון, דער מחבר פֿונעם נײַעם באַנד זכרונות „וואָס קענסטו קויפֿן פֿאַר די קינדער פֿונעם טעראָריסט, וואָס האָט געוואָלט הרגענען דײַן ווײַב?‟, רעדט אָפֿן וועגן די סתּירות אין זײַן פּערזענלעכקייט. בטבֿע אַן אינטראָווערטירטער, אַן אײַנגעהאַלטענער, האָט ער, פֿון דעסטוועגן, ליב אויפֿצוטרעטן פֿאַר אַן עולם. ער אַרבעט ווי אַ לערער פֿון ייִדישע לימודים אין פּיטסבורג, פּענסילווייניע, און דרוקט זיך אָפֿט אין אַזעלכע פּראָגרעסיווע זשורנאַלן ווי „תּיקון‟.
אינעם נײַעם באַנד זכרונות פֿאַרטיפֿט ער זיך אין די געשעענישן, וואָס האָבן אים געפֿירט צו זײַן איצטיקער ליבעראַלער פּאָליטישער שטעלונג. דאָס בוך, וואָס גייט אַרויס אין אַמעריקע דעם 10טן סעפּטעמבער, הייבט זיך אָן מיט דער טעראָר־אַטאַקע אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט אין יאָר 2002, אין וועלכער צוויי פֿרײַנד זײַנע זײַנען אומגעקומען און זײַן ווײַב, דזשיימי, איז געוואָרן שווער פֿאַרוווּנדיקט. פֿון איר גוף האָבן די דאָקטוירים אַרויסגענומען שטיקלעך שראַפּנעל. אָבער אַזוי ווי דזשיימי איז זייער אַ פּריוואַטער מענטש און האָט ניט געוואָלט מע זאָל שרײַבן וועגן איר, באַהאַנדלט דאָס בוך ניט איר געזונט ווערן, נאָר זײַנס. ווײַל ער איז אויך געווען אַ מין קרבן — אַ פּסיכאָלאָגישער.
נאָך דרײַ יאָר אין ירושלים האָט דאָס פּאָרפֿאָלק אין 2003 פֿאַרלאָזט מדינת־ישׂראל, אָבער האַריס־גרשון האָט ווײַטער געליטן פֿון סימנים פֿון דער טראַוומע, פֿון שטאַרקע אָנפֿאַלן פֿון פּחד. ער האָט זיך גענומען צו פֿאַרשיידענע אַלטע און נײַע טעראַפּעווטישע מיטלען, וואָס האָבן אָבער ניט געפּועלט. דער סטיל פֿון די סכרונות איז אַ פּאָסטמאָדערנער: דער מחבר שמועסט מיט זיך אַליין, מיטן טעראַפּעווט, און אַפֿילו מיט אומבאַלעבטע חפֿצים.
סוף־כּל־סוף, איז האַריס־גרשון געקומען צו זיך, אַ דאַנק זײַנע באַמיִונגען זיך צו טרעפֿן מיטן טעראָריסט, מאָכאַמעד אָדע. נאָכן לייענען אַן אַרטיקל, אין וועלכן אָדע האָט אויסגעדריקט חרטה אויף זײַנע מעשׂים, האָט האַריס־גרשון געוואָלט אים זען. נאָר ווי אַ מיטגליד פֿון כאַמאַס, וואָס זיצט אין אַ ישׂראלדיקער תּפֿיסה, האָט די ישׂראל־ביוראָקראַטיע געמאַכט דעם וועג צו אָדע אַ שווערן. צום סוף האָט האַריס־גרשון זיך קיין מאָל ניט דערשלאָגן צו אָדע; דער הויכפּונקט פֿונעם בוך איז זײַן טרעפֿונג מיט אָדעס משפּחה אין סילוואַן, אַ פּאַלעסטינער געגנט אין מיזרח־ירושלים.
דאָס באַקענען זיך מיט אָדעס משפּחה האָט אים געבראַכט צו אַ בעסערן פֿאַרשטאַנד פֿון די פּאַלעסטינער, אַז זיי זײַנען „ניט קיין מאָנסטערס‟. האַריס־גרשון האַלט עס אַליין פֿאַר איראָניש, אַז דער דאָזיקער געדאַנק איז אים אײַנגעפֿאַלן נאָר נאָך אַ טעראָר־אַטאַקע. „ווי איך בין אויפֿגעוואַקסן, האָב איך באַטראַכט די פּאַלעסטינער ווי נאָך אַ גרופּע שׂונאים פֿון ייִדישן פֿאָלק‟, זאָגט ער. „איך האָב זיי געזען ווי אַ קאַריקאַטור פֿון רישעות. צום באַדויערן, איז דער דאָזיקער סטערעאָטיפּ פֿאַרשפּרייט צווישן אַמעריקאַנער ייִדן‟.
זײַן פּרוּוו צו פֿאַרשטיין די מאָטיוואַציע פֿונעם טעראָריסט און זײַן רעדן מיט אָדעס משפּחה, זאָגט ער, „האָבן מיר געהאָלפֿן צו פֿאַרשטיין זייער געשיכטע און דערפֿאַרונג, זייערע גרויסע ליידן, אויף אַן אופֿן, וואָס איך האָב פֿריִער קיין מאָל ניט פֿאַרשטאַנען‟. דאָס באַגעגעניש האָט אים „פֿאַרוואַנדלט‟ און ער פּלאַנירט ווײַטער צו שרײַבן פֿון זײַן נײַער פּערספּעקטיוו וועגן דער פּאָליטיק אין מיטעלן מיזרח און וועגן אַמעריקעס ראָלע אינעם ראַיאָן. „קען זײַן, אַז איך וועל באַלד אָנשרײַבן נאָך אַ בוך‟, האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.