איך האָב לעצטנס באַזוכט דערבענט, דאַגיסטאַן — דאָס אָרט, וווּ עס וווינען די באַרג־ייִדן — און האָב באַשלאָסן אײַנצושטיין אינעם אינטערנאַט פֿונעם אָרטיקן ייִדישן קהילה־צענטער. גענגיס, דער אויפֿפּאַסער, האָט מיר גלײַך געזאָגט, אַז איך וועל, צו ערשט, מוזן גיין זיך אָפּוואַשן אין דער מיקווה.
ווי איך האָב זיך באַלד דערוווּסט, איז דאָס נישט געווען קיין רעליגיעזע טראַדיציע פֿון די באַרג־ייִדן, נאָר פּשוט ווײַל דער שפּריץ אין מײַן אייגענעם צימער איז געווען צעבראָכן.
דער קהילה־צענטער איז אין גאַנצן רעמאָנטירט געוואָרן אין 2010, און נעמט איצט אַרײַן אַ קינדערגאָרטן פֿאַר כּמעט 30 קינדערלעך, אַ זאַל פֿאַר חתונות און אַנדערע גרויסע אונטערנעמונגען, אַ כּשרע קיך, אַ קליינעם מוזיי און אַ טיי־ווינקל — אַלץ כּדי צו באַדינען די בערך 500 אָרטיקע ייִדן. אויפֿן דריטן שטאָק פֿאַרדינגט מען צימערן פֿאַר 30$ אַ נאַכט.
איך בין געקומען אין דערבענט, כּדי זיך צו דערוויסן ווי אַזוי די קהילה גיט זיך אַן עצה נאָך דעם כּמעט־טייטלעכן אַטאַק אויפֿן הויפּט־רבֿ, עובֿדיה איסאַקאָוו, וועלכער איז דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש געשאָסן געוואָרן לעבן זײַן שטוב דורך פֿאַרדעכטיקטיקע איסלאַמיסטן. דער ייִדישער ייִשובֿ געפֿינט זיך אין ממש אַ ים פֿון מוסולמענער, אָבער די באַציִונגען זענען תּמיד געווען פֿרײַנדלעכע. דאָס האָט זיך לעצטנס אָנגעהויבן בײַטן, צוליב אַ וואַקסנדיקער צאָל עקסטרעמיסטן.
דער 40־יאָריקער איסאַקאָוו, וועלכער היילט זיך צו־ביסלעך אין ישׂראל, איז אַ טעמע וואָס מע דיסקוטירט אומעטום דאָ: אין דער שיינער הילצערנער שיל, וווּ דאָס געפֿינען אַ מנין איז אַ טעגלעכע טירחה; אינעם קינדערגאָרטן, וווּ איסאַקאָוו איז געווען אַ לערער. די תּלמידימלעך ווייסן בלויז, אַז ער איז אין ישׂראל, און מיינען, אַז ער און זײַן פֿרוי וועלן באַלד אַהיימקומען מיט אַ נײַ־געבוירן קינד, ווי זיי האָבן פֿריִער געטאָן.
פֿאָרנדיק אינעם אויטאָבוס פֿון סומאַר, אַזערבײַדזשאַן קיין דערבענט, האָב איך דערפֿילט די צוויי־זײַטיקע שטימונג: קולטורעלע באַנײַונג פֿון איין זײַט, און אַ דראָענדיקן אַנטאַגאָניזם, פֿון דער צווייטער. מסתּמא האָב איך עס געפֿילט מער ווי אַנדערע ייִדישע טוריסטן, ווײַל איך האָב געניצט אַ ישׂראלדיקן פּאַספּאָרט, וואָס דערלויבט מיר אויטאָמאַטישע וויזעס צו ביידע לענדער, אַזערבײַדזשאַן און דאַגיסטאַן.
דער אויטאָבוס האָט זיך אָפּגעשטעלט, און מיר, די פּאַסאַזשירן, האָבן געדאַרפֿט אַרויסגיין. אַ גרענעץ־פּאָליציאַנט האָט אָנגעקוקט מײַן פּאַספּאָרט. רעדנדיק מיט זײַן קאָלעגע אויף אַ קול, האָט ער כּסדר גענציט די ווערטער „ייִד‟ און „ישׂראלי‟. עטלעכע יונגע מענער מיט בערד, וועלכע זענען געזעסן אויף אַ דערבײַיִקער באַנק, האָבן זיך פֿאַרגלאָצט אויף מיר, און גענומען שיטן מיט אַנטיסעמיטישע זידלונגען. פּלוצלינג זענען זיי אָבער שטיל געוואָרן און מיך געפֿרעגט, צי וויל איך אפֿשר פֿאַרבײַטן דעם אויטאָבוס פֿאַר אַ טעקסי, און זיי וועלן מיך פֿירן וווּהין איך וויל נאָר פֿאָרן?
אין גיכן, האָט אַרטור מירזאָיאַן, אַ גראָבער רוסישער גרענעץ־וועכטער מיט אַ שטורמישן קול, מיך אַרײַנגערופֿן אין אַ באַזונדערן צימער, איגנאָרירנדיק מײַנע טענות, אַז איך מוז בלײַבן בײַם אויטאָבוס. נאָכן אַוועקזעצן זיך אין צימער, האָט ער אָנגעשטעלט דעם לופֿטקילער, און מיר געהייסן פֿאַרשרײַבן צוויי נעמען: נתן לעוואַיעוו פֿון נתניה, און עדיק זאַכאַראָוו פֿון חדרה — צוויי ייִדן פֿון דערבענט, וועלכע האָבן עמיגרירט מיט צוואַנציק יאָר צוריק.
צוריקגעבנדיק מיר מײַן פּאַספּאָרט, האָט ער צוגעגעבן: „פֿאַרגעס נישט זיי צו זאָגן, אַז איך שיק זיי אַ גרוס!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.