אַ קנאַפּער אינטערעס אין סיריע

Little Concern About Syria

„פּאַטריאָט‟־ראַקעטן ווערן פּאָזיציאָנירט לעבן דער שטאָט חיפֿה אין צפֿון־ישׂראל
Getty Images
„פּאַטריאָט‟־ראַקעטן ווערן פּאָזיציאָנירט לעבן דער שטאָט חיפֿה אין צפֿון־ישׂראל

פֿון עמיל קאַלין

Published August 30, 2013, issue of September 13, 2013.

אַמעריקע וועט באָמבאַרדירן אין סיריע; דאָס איז שוין אומפֿאַרמײַדלעך. לצנות און צינישקייט — אויף אַ זײַט. עס איז אַ שווערע ראָלע צו דינען ווי דער ליכט-טורעם פֿון דער וועלט. דער אויסגעשפּראָכענער שומר פֿון מענטשן־רעכט און ליבעראַליזם אַרבעט אָן אַ סוף און אָן אַ שיעור; און גאַנץ אָפֿט, קומט אים אויס זיך אַרײַנצומישן אין אַלערליי מלחמות און קאָנפֿליקטן, צו וועלכע ער וואָלט לכאורה, נישט געדאַרפֿט האָבן קיין שײַכות.

דאָ, אין ישׂראל וויל מען נישט, אַז דאָס לאַנד זאָל אַרײַנגעצויגן ווערן אין דעם קעסל, אָן אונדזער ווילן. דאָך, זעט תּל-אָבֿיבֿ אויס גאַנץ שטיל. איך האָב זיך הײַנט אומגעקוקט מיט אויפֿמערק — אפֿשר וועט מיר געלונגען צו דערשפּירן כאָטש אַ ברעקל פֿון אַ פֿאַר-מלחמהדיקער שטימונג; אָבער ניין — נישט געקוקט אויף מײַנע ערנסטע באַמיִונגען, ווײַזן די תּל-אָבֿיבֿער אַרויס אַ קנאַפּן אינטערעס צו דעם, וואָס עס טוט זיך אָפּ אין סיריע.

לויט די „גוגל-מאַפּעס‟ דויערט אַ נסיעה פֿון תּל-אָבֿיבֿ ביז דער סירישער גרענעץ צוויי שעה און צען מינוט, אָבער, קוקנדיק אויף די רויִקע ישׂראלים, שאַפֿט זיך אַ רושם, אַז סיריע געפֿינט זיך אויף דער לבֿנה.

בײַ דער אַרבעט איז יעדער פֿאַרטאָן אין זײַן מלאָכה, קיינער רעדט נישט וועגן גאַז־מאַסקעס, וועגן מאַכן אַ פּליטה וכּדומה. די מלחמה אויף דער שוועל, איז זיי נישט נוגע.

אמת, אין פֿאַרשיידענע נײַעס־וועבזײַטלעך אויף דער אינטערנעץ לאָזט מען די לייענער צו וויסן וועגן לאַנגע רייען און אַפֿילו געשלעגן בײַ די פּאָסט-אַמטן, וווּ מע צעטיילט די גאַז־מאַסקעס. דער ציבור ווערט באַהערשט דורך היסטעריע און פּאַניק, לויט דער מעדיאַ.

איך מאַך נישט אָפּ די באַריכטן און דאָך, לויט מײַן אייגענער דערפֿאַרונג, צעפּויקט די מעדיאַ, נישט האָבנדיק קיין בעסערן מאַטעריאַל, איינצלנע פֿאַלן. אַ ריי אין די פּאָסט-אַמטן… פּעטש — אויך מיר אַ נײַעס!

די ישׂראלים זעען אויס זייער (אַ מאָל צו) רויִק. זיי זענען שוין אַזוי צוגעוווינט צו מלחמות און מלחמהלעך, אַז נאָך איין באַרבאַרישער, מערדערישער רעזשים מאַכט אויף זיי נישט קיין רושם. זיי זענען אַרומגערינגלט מיט מער-ווייניקער באַרבאַרישע רעזשימען שוין אַ קײַמא-לן פֿון פֿינף און זעכציק יאָר.

עס איז כּדאי צו דערמאָנען, אַז די צאָל טויטע, מיט צוויי וואָכן צוריק, איז אין עגיפּטן געווען העכער ווי אין סיריע, נאָכן כעמישן אַטאַק, אָבער עגיפּטן מעג יאָ, און סיריע טאָר נישט.

דער גלײַכגילט פֿון ס’רוב ישׂראלים איז נישט אין גאַנצן באַרעכטיקט. אפֿשר איז די מיינונג, אַז ס‘וועט גאָרנישט ערנסט נישט פֿאָרקומען, פּשוט אַן אײַנרעדעניש, אַ בויך־סבֿרא, אָדער אַ האָפֿענונג, איידער אַ רעזולטאַט פֿון אַ קאַלטער באַטראַכטונג פֿון די פֿאַקטן.

און דאָך, עס ווילט זיך נישט גלייבן, אַז דער איצטיקער קריזיס וועט זיך צעוואַקסן ביז אַן ערנסטן קריג.

מע זאָל באַהיט ווערן פֿון נבֿיאות זאָגן, אָבער לויט מײַן שׂכל און די ברעקלעך אינפֿאָרמאַציע, וואָס איך האָב אויסגעקראַצט, קומט אַרויס, אַז דער אַטאַק וועט זײַן מער אַ „האָליוווּדער שאָו‟, ווי אין פּסוק שטייט: „דם ואש ותמרות עשן‟ — איידער אַ מעכטיקער קלאַפּ, וואָס וועט אויסוואָרצלען דעם באַרבאַרישן טיראַן מיטן שורש.

אפֿשר וועט אַמעריקע טאָן דאָס וואָס מע רופֿט אין צה”ל אַ “דרייענדיקע אַטאַק”, אָדער מער ייִדישלעך — אַ פֿאַרדרייטע אַטאַק. דאָס הייסט: מע אַטאַקירט, מע שיסט אַהין און אַהער, אָבער אַנשטאָט אָנצוגיין ווײַטער — טרעט מען אָפּ.

מסתּמא פֿאַרשטייט אָבאַמאַ אַליין, אַז די אונטערשטע שורה בלײַבט די אייגענע: די אַמעריקאַנער עראָפּלאַנען און שיפֿן וועלן זיך אומקערן אַהיים, טויזנטער קילאָמעטער פֿון דאַנען, און סיריע וועט בלײַבן סיריע.

רוסלאַנד, איראַן און איראַק וועלן שטענדיק זײַן נענטער צו סיריע, ווי אַמעריקע, און דעריבער וועלן זיי אויך שפּילן די ערשטע פֿידל נאָך דעם, וואָס די ניצחון-פּאַראַדן אין וואַשינגטאָן וועלן זיך פֿאַרענדיקן.

טאַקע לויט אַלע סימנים איז דער אַמעריקאַנער אַטאַק נישט געצילט אַראָפּצוּוואַרפֿן אַסאַדן פֿון דעם טראָן, און אַפֿילו נישט צו מאַכן אַ סוף צו דעם כעמישן געווער; פֿאַר דעם דאַרף מען שיקן די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן אויף דער סירישער ערד, און די אַמעריקאַנער זענען נישט גרייט דערצו. אַמעריקע קאָן אַטאַקירן, נאָר כּדי אָפּצושרעקן אַסאַדן.

איך בין גענייגט צו מיינען, אַז מיר וועלן נישט זען קיין סורפּריזן. אייגנטלעך, דער איינציקער סורפּריז וואָס מע קען דערוואַרטן פֿונעם מערבֿ איז, אַז מע האָט איבערגעשאַצט זײַן מעכטיקייט; ער קען זײַן נאָך מער אומבאַהאָלפֿן, ווי מ’האָט געקאָנט דערוואַרטן.

לאָמיר האָפֿן, אַז מע וועט נישט “זוכה זײַן” צו אומגעוווּנטשענע סורפּריזן און ישׂראל וועט די קליינע שטרויכלונג אויך איבערקומען; סוף-כּל־סוף, וועט דער בלוטיקער רוצח אַסאַד ערגעץ אַהינקומען… און שוין.

מלחמות זעען אויס תּמיד מער פּשוט בײַם אָנהייב. נאָך דעם ערשטן שאָס קען מען נישט פֿאָרויסזען דעם סוף.