וואָסערע מיצוות זענען „מײַנע‟?

Which Traditions Are My Own?


פֿון דזשאָנאַ קאַפּלאַן (Forward)

Published September 01, 2013, issue of September 13, 2013.

פֿאַר מיר מיינט ייִדישקייט מער ווי אַזוי איך זאָל טראַכטן און וואָס איז וויכטיק פֿאַר מיר. קאָנקרעטע ריטואַלן אינטערעסירן מיך ווייניקער. למשל, איך פֿיל נישט קיין אינטערעס צו מאַכן כּפּרות מיט אַ הון ערבֿ יום־כּיפּור. עס זענען אָבער יאָ פֿאַראַן אַזעלכע ייִדישע זאַכן, וואָס איך מוז כּסדר טאָן. פֿאַרוואָס פֿיל איך זיך אַזוי? כּדי צו פֿילן ווי אַ „בעסערער‟ ייִד? און פֿאַרוואָס פֿיל איך, אַז איך דאַרף בכלל טאָן געוויסע זאַכן?

די שבת־ליכט, לאָמיר זאָגן. וואָס שטעקט אין זיי? ווען איך האָב געוווינט צווישן מער טראַדיציאָנעלע ייִדן, האָב איך זיי אַ פּאָר מאָל אָנגעצונדן. אַמאָל האָב איך פּלאַנירט אָנצוצינדן שבת־ליכט בײַ זיך אין דער היים, אָבער איך האָב עס נישט געטאָן. באַקומט זיך, אַז איך מוז וואַרטן אַ גאַנצע וואָך ביז אַ נײַער געלעגנהייט. להיפּוך צו אַ סך אַנדערע זאַכן אינעם מאָדערנעם לעבן, זענען די ייִדישע טראַדיציעס פֿאַרבונדן מיט געוויסע צײַט־מאָמענטן. ווי אַ שרײַבערין, וואָס אַרבעט אין דער היים, דויערט פֿאַר מיר אַ „וואָך‟ צומאָל גאַנצע 14 טעג, ביז איך באַשליס, אַז דינסטיק קומט מײַן יום־מנוחה.

האָב איך געוואַרט ביזן קומענדיקן פֿרײַטיק. נאָכמיטאָג, האָב איך זיך דערמאָנט, אַז איך האָב נישט אין שטוב קיין לײַכטער און לײַטישע ליכט. מילא, האָב איך געפֿונען קליינע „טיי־ליכטעלעך‟, וואָס איך האָב געקויפֿט אין די טעג נאָכן חושך, וואָס דער הוראַגאַן „סענדי‟ האָט געבראַכט. איך האָב געשטעלט אויף אַ קעראַמיש טעסל און זיך צוגעגרייט זיי אָנצוצינדן. פֿריִער האָב איך אַרײַנגעקוקט אויף דער אינטערנעץ, צו מאַכן זיכער, אַז אַזעלכע ליכטעלעך זענען כּשר פֿאַר הדלקת־הנרות.

שוין כּמעט שבת. פּלוצעם דערמאָן איך זיך, אַז איך געדענק נישט די ברכה. אין מײַן קאָפּ האָב איך זיך פֿאַרבלאָנדזשעט ערגעץ צווישן „במצוותיו‟ און „וצוונו‟. מילא, האָב איך ווידער אַ קוק געטאָן אויף דער אינטערנעץ און געפֿונען דעם טעקסט פֿון דער ברכה. איצט האָב איך זיך פֿאַרטראַכט, וויפֿל ליכט זאָל איך אָנצינדן, ווי אַ נישט חתונה־געהאַטע פֿרוי? מײַן מאַמע האָט קיינמאָל נישט געצונדן שבת־ליכט, אויף וויפֿל איך געדענק. איז איין ליכט גענוג, אָדער זאָל איך צוגעבן די צווייטע פֿאַר איר?

סוף־כּל־סוף, האָב איך מקיים געווען מײַן מיצווה. אָנגעצונדן די ליכט, און זיך פֿאָרגעשטעלט, ווי טויזנטער ייִדישע פֿרויען טוען איצט דאָס זעלבע אינעם ניו־יאָרקער „מיזרחדיקן‟ צײַט־פּאַס, און אין אַנדערע לענדער האָבן זיי שוין לאַנג אָפּגעברענט אָדער, מעגלעך, טליִען נאָך אַלץ. די שבת־ליכט ברענגען וואַרעמקייט און שײַן, זיי דערמאָנען אונדז, אַז דאָס איז אַ ספּעציעלע, אומגעוויינטלעכע צײַט, ווען מיר מאַכן אַ פּויזע אין אונדזער טאָג־טעגלעך לעבן. און איך האָב געחלומט פֿון אַ „פּאַראַלעל לעבן‟, וווּ איך וואָלט געוווּסט קלאָר, וויפֿל ליכט איך זאָל אָנצינדן, וואָס פֿאַר אַ ברכה צו זאָגן, און געהאַט שענערע ליכט.