מײַק גרינשטיין, אַ 92־יאָריקער ייִד, וואָס וווינט אין פֿאַר־ראָקאַוויי, אַ ראַיאָן פֿון קווינס, איז איינער פֿון די שטאַרקסטע מענטשן אין דער וועלט. נישט לאַנג צוריק, האָט ער זיך באַטייליקט אין אַ פֿאַרווײַל־אונטערנעמונג פֿון גיבורים, וווּ ער האָט געוויזן, אַז ער קאָן נאָכשלעפּן אַ לאַסט־אויטאָ, האַלטנדיק אַ קייט צווישן די ציינער.
גרינשטיין האָט דערקלערט, אַז דאָס איז נישט געווען קיין קונץ. ער האָט געשלעפּט די קייט נישט מיט די ציינער, נאָר מיט דער קינבאַק, פֿאָקוסירנדיק דעם גאַנצן כּוח. צומאָל, האָט ער צוגעגעבן, גייט ער אַרום מיט אַ שטעקן; ווען ער וויל ווײַזן זײַנע כּשרונות, פֿאַרגעסט ער אָבער וועגן אַלע שוועריקייטן.
פֿונעם באַלקאָן אין גרינשטיינס דירה עפֿנט זיך אַ פּרעכטיקע פּאַנאָראַמע פֿונעם אַטלאַנטישן אָקעאַן. זײַן דירה איז באַצירט מיט פּלאַקאַטן, פֿאָטאָגראַפֿיעס און אַלטע אַרטיקלען וועגן אים און זײַן אויסערגעוויינטלעך שטאַרקער משפּחה, אַרײַנגערעכנט זײַנע ברידער און שוועסטער. זײַן טאַטע, יוסף גרינשטיין — אַ מאַן מיט אַ באָרד, ווילדע האָר און אַ מגן־דוד אויפֿן האַלדז, איז געווען באַקאַנט מיטן פּסעוודאָנים „דער מעכטיקער אַטאָם‟.
גרינשטיין האָט דערציילט, אַז ער אַליין האָט קיינמאָל נישט געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון די גיבורים־ספּעקטאַקלען האָבן אָבער, אין די 1930ער יאָרן, צומאָל נישט געוואָלט אָננעמען זײַן טאַטן, ווײַל ער איז געווען אַ ייִד.
יוסף גרינשטיין איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן. ער איז געווען אַ שוואַך קינד; אַ צירק־גיבור האָט זיך מיט אים טרענירט, האָפֿנדיק צו פֿאַרבעסערן זײַן געזונט־מצבֿ. קיינער האָט זיך אַפֿילו נישט געריכט, אַז דאָס קראַנקע ייִנגל וועט בכלל אויסלעבן. ער איז אָבער גיך געוואָרן באַרימט ווי אַ מענטש מיט אַן אומגעוויינטלעכן כּוח.
שפּעטער, האָט דער „מעכטיקער אַטאָם‟ אימיגרירט קיין טעקסאַס און געאַרבעט דאָרטן אויף נאַפֿט־מינעס. דעמאָלט איז געבוירן געוואָרן זײַן זון, מײַק.
צווישן אַנדערע אָנווײַזן פֿון זײַן גיבורישקייט, האָט יוסף גרינשטיין אַמאָל אָפּגעשטעלט אַן עראָפּלאַן, וועלכער איז געפֿאָרן אויפֿן פֿעלד מיט דער גיכקייט פֿון 150 מײַל אַ שעה — מיט אַ קייט, צוגעבונדן צו זײַנע האָר; איינער פֿון די פּאַסאַזשירן אינעם עראָפּלאַן איז געווען דער באַרימטער קונצן־מאַכער האַרי הודיני.
דער עלטערער גיבור האָט מיט שטאָלץ געוויזן, אַז ער טראָגט אַלעמאָל אַ מגן־דוד, אין אָנדענק פֿון זײַן טאַטן. בעת דעם שמועס מיטן ענגלישן „פֿאָרווערטס‟, האָט זײַן טעלעפֿאָן אָנגעהויבן קלינגען. מײַק גרינשטיין האָט געענטפֿערט און איבערגעגעבן, אַז מע האָט נאָרוואָס געמאַכט זײַן פּלימעניצעס זון אַ ברית.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.