ייִדישע בעלי־חסד אין אַמעריקע

Jewish Americans‘ Generosity


פֿון ייִט״אַ

Published September 05, 2013, issue of September 27, 2013.

אַ נײַע שטודיע האָט געוויזן, אַז מער אַמעריקאַנער ייִדן גיבן צדקה פֿאַר נישט־ייִדישע ענינים, ווי פֿאַר ייִדישע. בדרך־כּלל, זענען די ייִדן גרעסערע בעלי־חסד, ווי די נישט־ייִדישע תּושבֿים פֿונעם לאַנד.

לויט דעם באַריכט, וואָס הייסט „Connected to Give‟ („פֿאַבונדן צו געבן‟), האָבן 76 פּראָצענט פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן געגעבן נדבֿות פֿאַר חסד־צוועקן אינעם יאָר 2012 — אין פֿאַרגלײַך מיט 63 פּראָצענט פֿון דער נישט־ייִדישער באַפֿעלקערונג. די דורכשניטלעכע סומע פֿון נדבֿות צווישן די ייִדן איז געווען 1,200 דאָלאַר — צוויי מאָל מער, ווי צווישן די נישט־ייִדן.

92 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע ייִדן האָבן געשטיצט נישט־ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, 79 פּראָצענט האָבן אויך געגעבן געלט פֿאַר ייִדישע ענינים; 21 פּראָצענט האָבן געגעבן נדבֿות בלויז פֿאַר נישט־ייִדישע צוועקן, און 4 פּראָצענט — בלויז פֿאַר ייִדישע.

די פֿאָרשונג, דורכגעפֿירט דורך דער ייִדישער גרופּע „Jumpstart‟, האָט אַרומגענומען 3,000 ייִדישע משפּחות און 2,000 נישט־ייִדישע. די מחברים פֿונעם באַריכט פֿאָרשן די חסד־ענינים אין דער ייִדישער קהילה; די גרופּע ווערט געשטיצט דורך אַ ריי ייִדישע פֿונדאַציעס און אָרגאַניזאַציעס.

ס׳איז מערקווירדיק, אַז דאָס צדקה־געבן ווערט אַסאָציִיִרט בײַ ייִדן, ווי דער באַריכט האָט געוויזן, מיט זייער ייִדישקייט. די, וואָס גייען דאַוונען אין שיל, באַטייליקט אין דער ייִדישער קהילה, חבֿרן זיך מיט אַנדערע ייִדן און האָבן ייִדישע משפּחות גיבן, בדרך־כּלל, מער צדקה — לאַוו־דווקא אויף ייִדישע צוועקן.

שאָן לאַנדרעס, דער מיטגרינדער פֿון דער פֿאָרש־גרופּע, האָט באַמערקט, אַז מער „ייִדישע ייִדן‟ גיבן מער געלט פֿאַר ייִדן. דער באַריכט ווײַזט אָבער אָן, אַז די מעשׂה איז נישט אַזוי פּשוט. די, וואָס זענען מער פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קהילה, זענען גרעסערע בעלי־חסד און שטיצן כּלערליי זאַכן.

די פֿאָרשונג ווײַזט אויך, אַז די ייִנגערע ייִדן גיבן ווייניקער געלט פֿאַר ייִדישע ענינים. 49 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע יונגע־לײַט פֿון 18 ביז 39 יאָר אַלט האָבן געשטיצט אַ ייִדישע אָרגאַניזאַציע אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר — אין פֿאַרגלײַך מיט 62 פּראָצענט צווישן די עלטערע שיכטן.