זעלטן זעט מען אַזוי פֿיל נאַרישקייטן, שטותים און מיספֿאַרשטענדענישן, ווי צווישן די מענטשן, וואָס קאָמענטירן די געשעענישן אין מיטל-מיזרח. אינעם גײַסט פֿון עשׂרת-ימי-תּשובֿה שרײַב איך אַ רשימה פֿון די גרײַזן, חטאים און עבֿירות, וואָס איך און אַנדערע עקספּערטן זענען הײַיאָר באַגאַנגען.
על־חטא שחטאנו, וואָס מיר באַשרײַבן ווי די ווירקלעכקייט וואָלט געווען אַ פּשוטע. ס‘איז גרינג צו זען די זינד, וואָס מען באַגייט הײַנט אין סיריע. אַלע „ווייסן‟, אַז דאָרטן גייט אָן אַ מלחמה צווישן די סוניטן און שיִיִטן איבער דער מאַכט פֿונעם לאַנד; אָבער ווייניק לאָזן זיך אַרײַן אין די וויכטיקע פּרטים. וויפֿל פֿון די רעבעלן זײַנען טאַקע רעבעלן, און וויפֿל זײַנען דזשיהאַדיסטן? וואָס זײַנען די באַציִונגען צווישן די אָרגאַניזאַציעס, וואָס שטעלן זיך קעגן אַסאַדן? ווער קאָנטראָלירט געוויסע טיילן פֿון סיריע? און קיינער נעמט נישט אין באַטראַכט די קורדן.
פּונקט ווי עס איז געשען אין איראַק, שרײַבט מען הײַנט וועגן סיריע, ווי סיריע וואָלט געווען איין גרויסער פּלאָנטער, אָבער נישט אַ מלחמה צווישן צדדים מיט זייערע אייגענע צילן, קאָמאַנדירן און מיליטערישע מחנות. עס וואָלט געווען מאָדנע צו לייענען אַ צײַטונג פֿון די צײַטן, ווען אין אַמעריקע האָט געברענט דער בירגער-קריג, און פֿאַרזען די נעמען פֿון די וויכטיקע פּערסאָנאַזשן, ווי גענעראַל יוליסיז גראַנט אָדער גענעראַל סטאָנוואַל דזשאַקסאָן. אָבער מיר שרײַבן הײַנט וועגן סיריע, ווי ס‘וואָלט געווען, למשל, נאָר פּרעזידענט לינקאָלן און — איין מאָל אין אַ יובֿל — גענעראַל ראָבערט ע. לי.
על־חטא שחטאנו, וואָס מיר נוצן טערמינען מיט אומקלאָרע דעפֿיניציעס.
אין מיזרח און אין מערבֿ נוצט מען ווערטער, וואָס האָבן טאַקע נישט קיין מיין. צום בײַשפּיל, מען רעדט אַ סך וועגן איסלאַמיסטן. איך האָב שוין געשריבן אינעם „פֿאָרווערטס‟ וועגן דעם קריג אין צפֿון-אַפֿריקע צווישן די איסלאַמיסטן פֿון דער רעגירונג און די איסלאַמיסטן, וואָס זײַנען סאַלאַפֿיסטן און האַלטן נישט, צוליב זייערע “איסלאַמיסטישע” פּרינציפּן, פֿון קיין שום רעגירונג. אַן איסלאַמיסט קען זײַן אַ מענטש וואָס קעמפֿט מיט געוואַלד, כּדי צו דערגרייכן אַ פּאַן-איסלאַמיסטישע מדינה און האַלט נישט פֿון דעמאָקראַטיע, מאָנאַרכיע אָדער אַן אַנדער סאָרט רעגירונג אין די אַראַבישע לענדער. אָבער אַן איסלאַמיסט קען אויך זײַן אַ מענטש, וואָס שטיצט אַ פּאַרטיי, וועלכע זוכט יושר לויט די פּרינציפּן פֿון איסלאַם אין זײַן מדינה. אַן איסלאַמיסט קען אַפֿילו זײַן סתּם אַ מענטש וואָס האַלט, אַז די רעגירונג דאַרף קעמפֿן קעגן אַלקאָהאָל, „פּריצות‟ און אַנדערע עבֿירות אין דער געזעלשאַפֿט.
על־חטא שחטאנו, וואָס אין לעצטן סך-הכּל, ווערט אַלץ פֿאַרבונדן מיט ישׂראל.
דאָס איז נישט בלויז אַן עבֿירה פֿון אַנטיסעמיטן — אין ישׂראל אַליין קען איך נאָר איין צײַטונג, וואָס איז גרייט צו שרײַבן וועגן די אַראַבער אָן שום שײַכות מיט ישׂראל, כּדי מען זאָל בעסער פֿאַרשטיין וועגן דעם מיטל-מיזרח אין אַלגעמיין. עס איז אמת, אַז אַ סך מענטשן — סײַ אירע אָנהענגער און סײַ אירע שׂונאים — האָבן אַ מאָדנע אָבסעסיע מכּוח „דער ייִדישער מדינה‟.
איין עקסטרעמער בײַשפּיל: מע קאָן הײַנט הערן, אַז די אַראַבער האָבן פֿײַנט אַמעריקע, מחמת זי האָט געשטיצט די שרעקלעכסטע דיקטאַטאָרן אין דעם ראַיאָן, אַרײַנגערעכנט כאָסני מובאַראַק און סאַדאַם כוסיין; זיך אַרײַנגעמישט אין די באַציִונגען צווישן די אַראַבישע מדינות און ראַטן-פֿאַרבאַנד, און אין די מלחמות צווישן די אַראַבישע מדינות (פֿאַרגעסט נישט, אַז אַל-קײַדאָס אָריגינעלער טענה צו אַמעריקע איז געווען וואָס איר „קריסטלעכע אַרמיי‟ איז אײַנגעשטאַנען אין דעם אַראַבישן האַלב-אינדזל אין דער ערשטער גאָלף-מלחמה). אין דער זעלבער צײַט, פֿאַרבינדט מען די פּאָליטיק פֿון אַמעריקע אין מיטל־מיזרח מיט ישׂראל — אַז געטאָן האָט עס וואַשינגטאָן כּלומרשט נאָר צוליב דעם, כּדי אָפּצוהיטן ישׂראל.
על־חטא שחטאנו, וואָס מיר קריטיקירן די אַמאָליקע קאָלאָניאַליסטן און איגנאָרירן די נײַע.
רוסלאַנד איז צוריק אַרײַן אין מיטל-מיזרח נאָך אַ הפֿסקהלע, און כינע קומט אָן מיט אַ סך געלט צו קויפֿן נאַפֿט און אויפֿצושטעלן מיליטערישע באַציִונגען. עס איז זייער גרינג צו קריטיקירן אייראָפּע צוליב די מעשׂים, וואָס זי האָט געהאַט אָפּגעטאָן אין מיטל-מיזרח, אַפֿילו אויב זי האָט זיך נישט אויפֿגעפֿירט ווי אַן אימפּעריע דאָרט, זינט פֿראַנקרײַך האָט זיך אַרויסגעצויגן פֿון אַלזשיר מיט 50 יאָר צוריק. ווען עס קומט אָבער צו די נײַע אימפּעריעס, האַלט מען זיך אָפּ פֿון קריטיק.
יאָ, עס איז שווער צו לעבן פֿון שרײַבן, סײַ ווי אַ זשורנאַליסט און סײַ ווי אַן אַקאַדעמיקער. זייער אָפֿט שרײַבט מען אויף אַ טעמע, וואָס מען קען נישט גוט און מען האָט נישט גענוג צײַט זי אויסצופֿאָרשן, ווי געהעריק. צוליב דעם קריכן פֿון אַלע לעכער אַרויס קורצזיכטיקייט, עם־הארצות, ראַסיזם און אַנדערע מענטשלעכע חטאים.
ועל כולם סלח לנו, מחל לנו, כפר לנו.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.