מיט נײַן חדשים צוריק, האָט נאַטאַליאַ דעמידאָוואַ דערזען פֿונעם צווייטן שטאָק אין איר הויז אין סטאַטען־אײַללענד, ווי אַ ריזיקע כוואַליע, 10 פֿוס די הייך, האָט געיאָגט איר שכנס אויטאָ. די כוואַליע האָט דערלאַנגט אַ מסוכּנעם קלאַפּ דער געגנט, סאַוט־ביטש, און פֿאַרפֿלייצט דעמידאָוואַס היים מיט איבער צוויי פֿוס וואַסער.
אַ סך תּושבֿים פֿון דעמידאָוואַס געגנט לײַדן נאָך אַלץ פֿון דער מהומה, וואָס דער הוראַגאַן „סענדי‟ האָט געבראַכט כּמעט מיט אַ יאָר צוריק, סוף אָקטאָבער. במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, האָט דעמידאָוואַ געלעבט מיט איר משפּחה אין אַ האָטעל. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט זי געהאָפֿט זיך אומצוקערן אַהיים אויף די קומענדיקע ימים־נוראים; דאָס הויז געפֿינט זיך אָבער נאָך אַלץ אין אַ געפֿערלעכן מצבֿ. אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט זי דערציילט, אַז איר 6־יאָריק קינד וועקט זיך צומאָל אויף אינמיטן דער נאַכט און פֿרעגט, איבערגעשראָקן, צי אַזאַ שטורעם קאָן ווידער געשען.
אַזוי ווי אַ גאַנצע ריי אַנדערע געגנטן, האָט אויך די ייִדישע קהילה אין סאַוט־ביטש געפּרוּווט צו פֿאַרריכטן די צעשעדיקטע הײַזער במשך פֿונעם איצטיקן יאָר. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט די אָרטיקע רוסיש־רעדנדיקע חב״ד־שיל דורכגעפֿירט אַן אינפֿאָרמאַציע־סעסיע, כּדי צו העלפֿן די געליטענע בעלי־בתּים צו רעמאָנטירן זייערע הײַזער דורך אַ גאַנצן „לאַבירינט‟ פֿון פֿאָנדן, שטײַער־קירצונגען און פֿאַרשיידענע אַנדערע מיטלען. אָנהייב אויגוסט, האָט דער חב״ד־צענטער אָרגאַניזירט אַ שטיצע־קאָנצערט, כּדי צו העלפֿן דעם אייגענעם געליטענעם בנין.
אסתּר קושנירסקי האָט געגרינדעט דעם רוסישן חב״ד־צענטער אין סטאַטען־אײַלענד, צוזאַמען מיט איר מאַן, הרבֿ זאבֿ קושנירסקי, מיט ווייניקער ווי אַ יאָר פֿאַרן הוראַגאַן. נאָך דער נאַטור-קאַטאַסטראָפֿע, האָבן זיי געהאָלפֿן צו באַזאָרגן די געליטענע מענטשן מיט בגדים. איצט, כּמעט אַ יאָר נאָך דער פֿאַרפֿלייצונג, בלײַבן אַ סך אַנדערע פּראָבלעמען, אַזעלכע ווי חובֿות און די פּסיכאָלאָגישע טראַוומע.
שלמה יאַגור, אַן אײַנוווינער פֿון סאַוט־ביטש, וועלכער האָט געאַרבעט אין ניו־אָרלין נאָכן הוראַגאַן „קאַטרינע‟ און בעת דעם נאַפֿט־אינצידענט אינעם מעקסיקאַנער אײַנגוס, האָט איבערגעגעבן, אַז דער היזק אין זײַן געגנט איז צווישן די ערגסטע זאַכן, וואָס ער האָט געזען אין זײַן לעבן.
יאַגור האָט געלויבט די טעטיקייט פֿון דער משפּחה קושנירסקי. דער רוסישער חב״ד־צענטער, האָט ער דערציילט, האָט אַ סך אויפֿגעטאָן, כּדי אויפֿצולעבן די אָרטיקע ייִדישע קהילה.
דער רבֿ האָט איבערגעגעבן, אַז דער פּאָפּולערסטער פּראָיעקט נאָכן הוראַגאַן איז געווען די אומזיסטע מזוזות. ס׳זעט אויס, האָט ער צוגעגעבן, אַז די ייִדן אין סטאַטען־אײַלענד באַטראַכטן זיי ווי אַ סגולה, וואָס וועט באַשיצן זייערע הײַזער פֿון מעגלעכע קומענדיקע אינצידענטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.