אַ נײַער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע-קאַנאַל, מיטן נאָמען „i24 News‟, פֿירט נײַעס־פּראָגראַמען אויף ענגליש, פֿראַנצייזיש און אַראַביש, אָבער נישט אויף העברעיִש. פֿון דער סטודיע, וואָס גיט איבער די נײַעס 24 שעה אַ טאָג, עפֿנט זיך אַ פּרעכטיקע פּאַנאָראַמע פֿונעם ים-פּאָרט אין יפֿו — אַ שטאָט, וווּ עס וווינען ייִדן און אַראַבער. די שאַפֿער האָבן אויסגעקליבן דווקא אַזאַ אָרט, ווײַל דער קאַנאַל איז אָריענטירט אויפֿן אויסלענדישן, און נישט ישׂראלדיקן, עולם.
דער געוועזענער פֿראַנצייזישער דיפּלאָמאַט פֿראַנק מעלול, וועלכער האָט געדינט ווי אַן עצה-געבער פֿאַר די מעדיאַ-ענינים בײַם געוועזענעם פּרעמיער-מיניסטער דאָמיניק דע ווילפּען, האָט אָנגעפֿירט מיטן „24סטן קאַנאַל‟ — אַן ענלעכער אינטערנאַציאָנאַלער נײַעס-פּראָיעקט אין פֿראַקרײַך. בלויז 30 פּראָצענט פֿון די נײַעס האָבן צו טאָן מיטן מיטל-מיזרח; די צוקוקער באַקומען אָבער די ידיעה וועגן דעם ישׂראלדיקן קוקווינקל אויף די געשעענישן אַרום דער וועלט.
אין אַ טעלעפֿאָן-אינטערוויו, האָט מעלול דערקלערט, אַז דער פֿראַנצייזישער „24סטער קאַנאַל‟ רעפּרעזענטירט אַ ספּעציפֿישן פֿראַנצייזישן שטאַנדפּונקט, און „CNN‟ — דעם אַמעריקאַנער. ביז סוך יולי, ווען „i24‟ איז געשאַפֿן געוואָרן דורך מעלולן, איז אָבער נישט געווען אַן ענלעכער קאַנאַל אין ישׂראל.
מעלול האָט געדונקען מער ווי 150 זשורנאַליסטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער. ס׳רובֿ פֿון זיי קענען, לכל-הפּחות, צוויי שפּראַכן. צום ווייניקסטן 8 וווינען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַדר פּרימור, וועלכער האָט במשך פֿון אַ סך יאָר געאַרבעט אין „האָרץ‟, האָט פֿאַרלאָזט די צײַטונג און איז געוואָרן דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון דער אינטערנעץ און מולטימעדיאַ בײַ „i24‟. פּרימור האָט דערקלערט, אַז דער עיקר־צוועק פֿונעם פּראָיעקט איז צו ווײַזן אַן אַנדער פּערספּעקטיוו פֿון ישׂראל, וואָס פֿאָקוסירט זיך נישט אויף מיליטערישע ענינים און די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס.
די פּראָגראַמען פֿונעם נײַעם קאַנאַל ווערן טראַנסלירט דורך די אייראָפּעיִשע, אַפֿריקאַנער און אַזיאַטישע סאַטעליטן, ווי אויך דורך אַ לעבעדיקן ווידעאָ-שטראָם אויף דער אינטערנעץ. אינעם יאָר 2014, פּלאַנירט מען עס צו עפֿענען אויך אין אַמעריקע.
ווען דער נײַער קאַנאַל האָט זיך געעפֿנט, האָט די אַמעריקאַנער מעדיאַ עס פֿאָרגעשטעלט ווי אַן ענטפֿער צו „אַל־דזשאַזיראַ‟, געשטיצט דורך דער מאָנאַרכישער מלוכה פֿון קאַטאַר, וואָס ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי פֿאַקטיש דער איינציקער הויפּט-שטראָמיקער נײַעס-קוואַל פֿונעם מיטל-מיזרח. מעלול האָט אָבער אָפּגעלייקנט דעם דאָזיקן פֿאַרגלײַך און באַמערקט, אַז זײַן קאַנאַל, להיפּוך צו „אַל־דזשאַזיראַ‟, איז אַ פּריוואַטע אומאָפּהענגיקע אונטערנעמונג.
ס׳איז כּדאַי אָבער צו דערמאָנען, אַז הגם „אַל־דזשאַזיראַ‟ קריטירירט כּמעט קיינמאָל נישט די קאַטאַרישע מלוכה, איז עס באַקאַנט מיט שאַרפֿע קריטישע רעפּאָרטאַזשן פֿון אַנדערע אַראַבישע לענדער — למשל, פֿונעם עגיפּטישן „טאַכריר-פּלאַץ‟, בעת די רעוואָלוציאָנערע פּראָטעסטן פֿונעם יאָר 2011. פּרימור האָט צוגעזאָגט, אַז זײַן קאַנאַל וועט רעפּרעזענטירט נישט-צענזורירטע נײַעס, געזאַמלט פֿון די אַראַבישע, ייִדישע און אַנדערע זשורנאַליסטן פֿון אַרום דער וועלט. ס׳זעט אויס, לויט דער וועבזײַט פֿונעם נײַעם קאַנאַל, ווערן דאָרטן רעפּרעזענטירט פֿאַרשיידענע דעות פֿונעם פּראָ־ישׂראלדיקן פּאָליטישן ספּעקטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.